האָט מען די שיל איבערגעבויט אָדער צעשטערט?

Was This Synagogue Rebuilt or Destroyed?

דער רעקאָנסטרויִרטער פֿאַסאַד פֿון דער אַלטער שיל הינטער די גלעזערנע ווענט פֿונעם נײַעם קאָמפּלעקס
Dawn Matveev/Facebook
דער רעקאָנסטרויִרטער פֿאַסאַד פֿון דער אַלטער שיל הינטער די גלעזערנע ווענט פֿונעם נײַעם קאָמפּלעקס

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 01, 2017, issue of August 25, 2017.

דעם 4טן יוני איז אינים באַנקעט־זאַל Crystal Ballroom בײַם מאָסקווער געשעפֿט־צענטער „אָקאָ‟ פֿאָרגעקומען אַ גאַלאַ־קאָנצערט לכּבֿוד דעם 25סטן יוביליי פֿון דער שיל אויף דער גאַס גרויס־בראָנע (באָלשאַיאַ בראָנאַיאַ). אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט מער ווי 700 מענטשן. דער רוסלענדישער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר און דער רבֿ פֿון דער שיל, יצחק קאָגאַן, האָבן באַגריסט דעם עולם לכּבֿוד דער קײַלעכדיקער דאַטע. אויף דער וועבזײַט פֿונעם חסד־פֿאָנד „שמיני‟ האָט מען אַרויסגעשטעלט אַ קורצן האַלב־שעהיִקן פֿילם, וואָס דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿונעם היסטאָרישן בית־הכּנסת.

בײַ אַ זײַטיקן מענטש קלינגט עס ווי אַ גרויסע שׂימחה. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען שווער און סכּנותדיק צו זײַן אַ געהעריקער שומר־תּורה־ומיצוות. די ליובאַוויטשער האָבן רעמאָנטירט און איבערגעבויט אַ סך שילן אין רוסלאַנד. אין מאָסקווע האָבן זיי געשאַפֿן אַ גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿון מוסדות און אָרגאַניזאַציעס, וואָס קאָנען פֿאַרגליכן ווערן מיטן ייִדישן לעבן אין געוויסע גרויסע אַמעריקאַנער שטעט. נײַע שילן און ייִדישע געגנט וואַקסן אַרום דער שטאָט. אינעם שטאָטישן צענטער זענען פֿרומע ייִדן מיט שוואַרצע בדגים און כּשרע רעסטאָראַנען שוין לאַנג נישט קיין חידוש.

דערצו האָט דער נײַער קאָמפּלעקס גרויסע מעלות. אינעווייניק געפֿינט זיך אַ ישיבֿה, כּולל, ביבליאָטעק, זונטיק־שול פֿאַר קינדער, שיעורים־צענטער פֿאַר פֿרויען און ביוראָען פֿון אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס. אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק אַרבעט דער פֿליישיקער כּשרער רעסטאָראַן „ירושלים‟, אָנגעפֿירט דורך אַזערבײַדזשאַנער ייִדן. אַ גרויסער פּראָצענט באַזוכער פֿונעם דאָזיקן אָרט זענען מיזרחדיקע ייִדן פֿון צענטראַל־אַזיע. אינעם זאַל אָדער אונטערן אָפֿענעם הימל קאָן מען דאָרטן פֿאַרזוכן פֿאַרשיידנאַרטיקע מאכלים: קאַווקאַזישע, מיטל־מיזרחדיקע, אַשכּנזישע אָדער יאַפּאַנישע.

Dawn Matveev

אָבער בײַ די מענטשן וואָס געדענקען די אַלטע שיל אויף דער גרויס־בראָנע, קאָן די אַנומלטיקע שׂימחה קלינגען מאָדנע און צווייפֿלהאַפֿטיק. איך אַליין האָב דאָרט געדאַוונט צום לעצטן מאָל אין די 1990ער יאָרן. די ראַדיקאַלע ענדערונגען פֿונעם בנין האָבן מיך ממש איבערראַשט. פֿאַקטיש, האָבן די ליובאַוויטשער צעשטערט דעם היסטאָרישן בנין און אויפֿגעשטעלט אויפֿן זעלבן אָרט אַ מאָדערנעם גלעזערנעם קאָמפּלעקס, וואָס זעט אויס גיכער ווי אַ כּמו־אַמעריקאַנער געשעפֿט־צענטער. ווען נישט דער פֿרומער עולם, וועלכער באַווײַזט זיך יעדן טאָג אין דער געגנט, און די מנורה אויף דער וואַנט, וואָלט אַ צופֿעליקער ייִדישער פֿאַרבײַגייער בכלל נישט משער געווען, אַז דער קאָמפּלעקס האָט עפּעס אַ שײַכות צו ייִדישקייט.

די שיל געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿונעם מאָסקווער צענטער און דער שפּאַציר פֿון דאָרטן ביזן רויטן פּלאַץ און קרעמל פֿאַרנעמט ווייניקער ווי אַ האַלבע שעה. דער בנין איז געבויט געוואָרן אינעם יאָר 1883 פֿונעם ייִדישן פֿאַבריקאַנט און באַנקיר אליעזר פּאָליאַקאָוו. לויט דער פּאָפּולערער מאָדע פֿון יענער תּקופֿה, האָט דער באַקאַנטער רוסישער אַרכיטעקט מיכאַיִל טשיטשאַגאָוו (1837—1889) זי געשאַפֿן אינעם כּמו־מיזרחדיקן מאַווריטאַנער סטיל.

פֿון 1883 ביז 1907 איז די שיל געווען די וויכטיקסטע אין דער שטאָט – אַ חשובֿער גרויסער בנין אין פֿאַרגלײַך מיט די קליינע אָרטיקע מנינים. אינעם פֿינצטערן יאָר 1937 איז דער רבֿ און חזן פֿון דער שיל, משה־חיים גורטענבערג, דערשאָסן געוואָרן, כּלומרשט פֿאַר אַנטי־סאָוועטישער אַגיטאַציע. דער רבֿ האָט זיך געהאַט אָפּגעזאָגט צו מסרן ייִדן און סטאַלינס רעגירונג איז פֿון אים פּטור געוואָרן.

פֿון 1939 ביזן סאַמע סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט דער בנין פֿונקציאָנירט ווי אַ מלוכישע געבײַדע. אָנהייבנדיק פֿון 1952 האָט זיך דאָרטן געפֿונען דאָס מאָסקווער הויז פֿון קינסטלערישער פֿאָלקס־שעפֿערישקייט.

אינעם יאָר 1991 האָט די מאָסקווער שטאָטס־רעגירונג אומגעקערט דעם בנין צו דער ייִדישער קהילה — פּינקטלעכער צו זאָגן, צו די ליובאַוויטשער חסידים, וועלכע האָבן דעמאָלט שוין אָנגעהויבן אַ גרויס־מאַסשטאַביקע טעטיקייט אין רוסלאַנד. די לעגענדאַרע שיל האָט זיך געעפֿנט פֿון ס׳נײַ.

אַנשטאָט אָפּצוהיטן דעם היסטאָרישן שיל־בנין, האָט מען עס שפּעטער אין גאַנצן איבערגעבויט. אַ טייל פֿון דער אַלטער שיל, אויסטערליש אָפּגעשניטן פֿון אויבן און היפּש געביטן אינעווייניק, בלײַבט איצט באַהאַלטן הינטער די גלעזערנע ווענט פֿונעם נײַעם פֿיל־שטאָקיקן קאָמפּלעקס. דעם פּראָיעקט האָט אויסגעאַרבעט דער מאָסקווער אַרכיטעקט סערגיי עסטרין.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז זינט די שיל האָט זיך ווידער געעפֿנט, האָט זי געליטן פֿון עטלעכע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן. אין 1993 האָט עמעצער אַרײַנגעוואָרן אַ פֿײַער־פֿלאַש אינעם קאַבינעט פֿונעם רבֿ; די שׂריפֿה האָט גורם געווען אַן ערנסטן היזק. אינעם יאָר 1998 האָט מען אַנטדעקט אין דער שיל אַ באָמבע. צום גליק, האָט מען זי באַצײַטנס אַרויסגעטראָגן. ווען די באָמבע האָט זיך אויפֿגעריסן אינעם הויף, האָט זי צעשעדיקט דעם שיל־צוים און צעזעצט די שויבן אין עטלעכע הײַזער. דער ערגסטער פֿאַל איז אויסגעבראָכן אין 2006: אַ נעאָ־נאַציסט האָט זיך אַרײַנגעריסן מיט אַ מעסער און פֿאַרוווּנדעט 9 מתפּללים און שיל־מיטאַרבעטער. דער פֿאַרברעכער, אַלעקסאַנדר קאָפּצעוו, זיצט אין תּפֿיסה.

מיט נײַן יאָר צוריק האָט דער רוסלענדישער קונסט־היסטאָריקער גריגאָרי רעווזין, שרײַבנדיק אינעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל „לחיים‟, באַצייכנט דעם נײַעם שיל־קאָמפּלעקס ווי „די בראָנער פֿעסטונג‟. דער נאָמען פֿון דער גאַס ווערט טאַקע אַסאָציִיִרט מיטן מיליטערישן פּאַנצער („בראָניאַ”). אינעם 16טן־17טן יאָרהונדערט האָבן זיך דאָרטן געפֿונען וואַרשטאַטן פֿון געווער־מאַכערס, וועלכע האָבן פּראָדוצירט אײַזערנע אַמוניציע.

פּאָסט־קאַרטל: דער אַלטער מאָסקווער שיל אויף דער גאַס גרויס־בראָנע
Facebook
פּאָסט־קאַרטל: דער אַלטער מאָסקווער שיל אויף דער גאַס גרויס־בראָנע

אַ גלעזערנע מאָדערנע קאָנסטרוקציע איז אָבער אַ שוואַכער מיטל קעגן מעגלעכע אַטאַקן. ס׳איז קלאָר, אַז דער צוועק פֿונעם איבערבוי האָט ווייניק צו טאָן מיט זיכערהייט־ענינים. הגם דער לינקער פֿליגל פֿונעם קאָמפּלעקס זעט טאַקע אויס ווי אַ פֿעסטונג, האָט אַזאַ דיזײַן בלויז אַ סימבאָלישן באַדײַט.

אינעם אויבן־דערמאָנטן אַרטיקל באַטאָנט רעווזין, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די קלויסטערס און מעטשעטן, איז בײַ ייִדן נישטאָ קיין אַרכיטעקטור־טראַדיציעס פֿון שילן. דעריבער, פֿאַרטיידיקט ער דעם חידושדיקן איבערבוי און באַטראַכט עס ווי אַ שעדעווער פֿון מאָדערנער אַרכיטעקטור.

אין דער אמתן, איז עס אַ שוואַכער אַרגומענט. עס זענען פֿאַראַן אַ ריי קאָנקרעטע אַרכיטעקטור־סטילן פֿון שילן. דער כּמו־ספֿרדישער נעאָמאַווריטאַנער סטיל איז געווען זייער פּאָפּולער און באַקאַנט אינעם 19טן יאָרהונדערט איבער גאַנץ אייראָפּע.

דעם 28סטן יולי האָט מען געפּראַוועט דעם טאָג, ווען רוסלאַנד איז געוואָרן אַ קריסטלעך לאַנד. אין מאָסקווע זענען פֿאָרגעקומען פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אין שײַכות מיט רעמאָנטירטע היסטאָרישע קלויסטערס. איבעראַל שטרעבן די רעסטאַווראַטאָרן אָפּצוהיטן גענוי דאָס אָריגינעלע פּנים פֿונעם קלויסטער. מע שטרעבט אויך צו ווײַזן, אַז די צערקוועס זענען אַלט און אַפֿילו עלטער, ווי דער עולם מיינט. למשל, אויב אויפֿן אָרט פֿון אַ הײַנטיקן שטיינערנעם בנין איז געשטאַנען מיט 600 יאָר צוריק אַ הילצערנע צערקוועלע, באַטראַכט מען דעם נײַעם קלויסטער ווי אַ מיטל־עלטערלעכן אוצר.

אַזאַ צוגאַנג לייגט זיך אויפֿן שׂכל. היסטאָרישע דענקמעלער דאַרף מען אָפּהיטן און געדענקען זייער פֿאָרגעשיכטע; אַנדערש פֿאַרלירן זיי דעם אָריגינעלן טעם. להיפּוך, האָבן די ליובאַוויטשער אינגאַנצן צעשטערט דאָס אַלטע אויסזען פֿון דער שיל, אויסגעבויט אינעם 19טן יאָרהונדערט לויט די אוניקאַלע אַרכיטעקטור־טראַדיציעס פֿון יענער צײַט. דערצו, האָט מען הײַיאָר געפּראַוועט דעם 25־יאָריקן יוביליי פֿון אַ שיל, הגם למעשׂה האָט זי שוין פֿונקציאָנירט מיט איבער 140 יאָר צוריק.

צום באַדויערן, שטימט אַזאַ צוגאַנג מיט דער אַלגעמיינער פּאָליטיק פֿון דער אָרגאַניזאַציע חב״ד־ליובאַוויטש, וואָס באַטראַכט איר אַמעריקאַניזירטע און קאָמערציאַליזירטע באַוועגונג ווי דער איינציקער „עכטער‟ נוסח ייִדישקייט. ווי באַלד די אַלטע שיל געהערט נישט צו קיינעם, מעג מען מיט איר, לויט דער מיינונג פֿון זייערע פֿירער, טאָן וואָס מע וויל.

דערצו איז נאָך עפּעס קלאָר ווי דער טאָג: אַ בנין וואָס זעט אויס ווי אַ טײַערער געשעפֿט־צענטער קאָן, אַוודאי, אויך צוציִען מער רײַכע שטיצער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.