ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 30, 2017, issue of August 25, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

טרויערמאַרש מערקט אָפּ דעם 75סטן יאָרטאָג ווען מע האָט אָנגעהויבן די פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן אין פּוילן

וואַרשע האָט אָפּגעמערקט דעם 75סטן יאָרטאָג פֿון „אַקציע רײַנהאַרדט‟. די אַקציע וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 23טסן יולי 1942 איז געווען דער פּלאַן אויסצוראָטן די ייִדן פֿון פּוילן. ווי מיר ווייסן איז די דײַטשן טאַקע געלונגען צו פֿאַרטיליקן 90% פֿון די ייִדן אין פּוילן, אַן ערך דרײַ מיליאָן מענטשן.

אַ טרויער־מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן אויפֿן אומשלאַגפּלאַץ זיבן אַ זייגער אין אָוונט. דער אַזוי גערופֿענער אומשלאַגפּלאַץ וווּ עס שטייט עד־היום דער בנין פֿון דער צענטראַלע פֿון דער געסטאַפּאָ אין וואַרשע איז געווען דאָס אָרט וווּ מע האָט פֿאַרזאַמלט און פֿאַרשיקט די ייִדן אינעם אומברענג־לאַגער „טרעבלינקע־צוויי‟.

דער מאַרש האָט זיך געענדיקט אויף דער טלומאַצקע גאַס וווּ עס געפֿינט זיך דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט.

הײַיאָר איז דער מאַרש געווידמעט עמנואל רינגלבלום און זײַן „עונג־שבת פּראָיעקט‟ אין וואַרשעווער געטאָ. רינגלבלומס ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ פּרטימדיקע היסטאָרישע דאָקומענטאַציע פֿון אַלע אַספּעקטן פֿונעם לעבן אין געטאָ. די דײַטשישע רדיפֿות, די טעטיקײט פֿונעם יודען־ראַט, די סאָציאַלע און קולטורעלע אַרבעט, די ייִדישע קאַמף־אָרגאַניזאַציעס און נאָך און נאָך.

די דאָקומענטן זענען באַהאַלטן געוואָרן אין מילך־קאַניסטערס וואָס מען האָט אַרײַנגעלייגט אין דער ערד. צען פֿון די קאַניסטערס האָט מען געפֿונען נאָך דער מלחמה.

דער „עונג־שבת אַרכיוו‟ באַטרעפֿט אַן אוניקאַלע היסטאָרישע דאָקומענטאַציע פֿאַר היסטאָריקערס פֿונעם חורבן.


פּוילישע דעלעגאַציע צו דער „מכּביה‟ געווינט דרײַ מעדאַלן

די פּוילישע דעלעגאַציע צו דער „מכּביה” (מאַקאַביִאַ), די ייִדישע אָלימפּיאַדע, האָט זיך אומגעקערט קיין וואַרשע מיט דרײַ מעדאַלן: צוויי גאָלדענע און איין בראָנדזענער. אַ גאָלדענעם מעדאַל פֿאַרן שוצספּאָרט „טאַקוואַנדאָ‟ האָט באַקומען אַניקאַ גאָדעל־כעלמעצקאַ.

מסתּמא קענען אַלע דעם אַלטן ייִדישן וויץ: וואָס איז אַזוינס ייִדישער באָקס? ייִדישער באָקס מיינט אַז מען שלאָגט זיך מיט דער דעה. אַוודאי איז דאָס בלויז אַ וויץ. ייִדן האָבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות יאָ געהאַט וועלטמײַסטערס אין באָקס. איינער פֿון זיי, וויקטאָר פּרץ פון טוניס, איז דערמאָרדעט געוואָרן בשעתן טויט־מאַרש קיין אוישוויץ.

פּוילן האָט אויך געהאַט נישקשהדיקע ייִדישע באָקסערס. אין דער ערשטער „מכּביה” אין יאָר 1932 האָבן ייִדישע באָקסערס פֿון פּוילן געוווּנען פֿיר גאָלדענע מעדאַלן.

אָבער לאָמיר זיך צוריקקערן צו דער הײַנטיקער מכּביה. דער צווייטער גאָלדענער מעדאַל פֿון די ייִדישע ספּאָרטלערס פֿון פּוילן איז געגאַנגען פֿאַר אַ ספּאָרט וואָס פֿאָדערט מוח און נישט קיין כּוח: ברידזש. די געווינערין פֿונעם גאָלדענעם מעדאַל איז די ייִדישע ברידזש־מאַנשאַפֿט פֿון גדאַנסק: מיכאל גורסקי, אַלכּסנדר סוואַטלער, יאַצעק לעוו, מאַטשיי דאָראַביאַלאַ און קאַזימיעזש דאָמיניאַק.

אַ בראָנדזענעם מעדאַל אין פֿעכטערײַ האָט געוווּנען זשולי קאַפּלאַן פֿון קאַליפֿאָרניע וואָס האָט צוויי מאַנשאַפֿטן, אַ פּוילישע און אַמעריקאַנער.

נאַטאַליאַ מאַרטשאַק, די פֿאָרזיצערין פֿון „מכּבי וואַרשע‟, באַטאָנט אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה וואָס פּוילן האָט באַקומען מעדאַלן אויף דער ייִדישער אָלימפּיאַדע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.