שפּאַניע וועט בויען אַ לאַדינאָ־אַקאַדעמיע אין ישׂראל

Spain To Create Ladino Academy In Israel

אַ גאַסן־שילד אויף אַ ליקל אין טאָלעדאָ, שפּאַניע
Wikimedia Commons
אַ גאַסן־שילד אויף אַ ליקל אין טאָלעדאָ, שפּאַניע

פֿון ייִט״אַ

Published August 03, 2017, issue of August 25, 2017.

די „שפּאַנישע קיניגלעכע אַקאַדעמיע‟, וואָס איז די הויפּט לינגוויסטישע אינסטאַנץ אין שפּאַניע, האָט געמאָלדן אַ פּלאַן צו בויען אַן אינסטיטוציע אין ישׂראל איבערגעגעבן דער שטודיע און דער אויפֿהיטונג פֿון לאַדינאָ, האָט דינסטיק איבערגעגעבן די בריטישע צײַטונג, Guardian.

נײַן ספּעציאַליסטן פֿון לאַדינאָ זענען שוין באַשטימט געוואָרן דורכצופֿירן די אַרבעט. די ישׂראלדיקע אינסטיטוציע וועט זײַן דער 24סטער צווײַג פֿון דער „שפּאַנישער קיניגלעכער אַקאַדעמיע‟. די אַנדערע 23 צווײַגן ספּעציאַליזירן זיך אין אַנדערע שפּאַנישע לשונות און דיאַלעקטן וואָס מע רעדט הײַנט איבער לאַטײַן־אַמעריקע און אַנדערע לענדער ווי די פֿיליפּינען.

לאַדינאָ — אויך באַקאַנט ווי דזשודעזמאָ אָדער יודעאָ־שפּאַיש — איז די שפּראַך פֿון די ייִדן וואָס זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע מיט 500 יאָר צוריק, און האָבן זיך באַזעצט אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך אינעם מיטעלן מיזרח, צפֿון־אַפֿריקע און לאַטײַן־אַמעריקע. הײַנט איז זי אין סכּנה פֿון אונטערגאַנג. מע שאַצט אַז עס זענען פֿאַרבליבן ווייניקער ווי 100,000 מענטשן וואָס קענען זי נאָך רעדן.

דאַריאָ ווילאַנועוואַ, דער דירעקטאָר פֿון דער „שפּאַנישער קיניגלעכער אַקאַדעמיע‟, האָט דערקלערט אַז לאַדינאָ איז „אַ וויכטיקער קולטורעלער היסטאָרישער פֿענאָמען, און דערפֿאַר קומט דער שפּראַך אַן אייגענע אַקאַדעמיע.

„לאַדינאָ האָט אויפֿגעהאַלטן אַ סך אור־אַלטע שפּאַנישע ווערטער וואָס מע הערט מער נישט אין אַנדערע לשונות, און דערצו איז זי אויך באַווירקט געוואָרן פֿון די שפּראַכן אין די לענדער וווּ די פּליטים האָבן זיך באַזעצט,‟ האָט ער צוגעגעבן.

יצחק קערוב, דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע‟, האָט וואַרעם באַגריסט דעם באַשלוס פֿון דער שפּאַנישער רעגירונג. „דאָס איז איינער פֿון אַ ריי שריט וואָס שפּאַניע האָט זיך לעצטנס אונטערגענומען צו פֿאַרריכטן די עוולות וואָס זי איז באַגאַנגען קעגן די ייִדן אין 1492,‟ האָט ער געזאָגט.