אַ ליטעראַרישער קאָנקורס פֿאַר ייִדיש־שרײַבערס

A Literary Contest for Yiddish Writers

פֿון איציק בלימאַן

Published August 04, 2017, issue of August 25, 2017.

די װענדונג װעגן דעם ליטעראַרישן קאָנקורס
די װענדונג װעגן דעם ליטעראַרישן קאָנקורס

די רעדאַקטאָרן פֿונעם „װעקער“ האָבן אינעם איצטיקן נומער געמאָלדן, אַז מע עפֿנט אַ קאָנקורס פֿאַר ייִדישע שרײַבערס.

דער זשורנאַל װעט אָננעמען נישט־געדרוקטע דערצײלונגען און אַנדערע קורצע פּראָזעװערק (צװישן 800 און 1,200 װערטער) ביזן 23סטן אױגוסט, װען אַ פּאַנעל פֿון דרײַ אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבערס — קטלא קניא, י. פֿלאַװיוס און חײם שטערן — װעט אױסקלײַבן די געװינערס.

די מחברים פֿון די בעסטע װערק װעלן באַקומען געלטפּריזן צװישן 50 און 250 דאָלאַר. לױט דער אָפֿיציעלער מעלדונג װעלן די אַרײַנגעשיקטע װערק „אָפּגעשאַצט װערן דורך אַ רײ פֿאַקטאָרן: אָריגינעלן אינהאַלט, רײַכקײט און שעפֿערישקײט פֿון שפּראַך, שעפֿערישקײט פֿון דער דערצײלונג, גראַמאַטיק און דעם אימפּאַקט אױף דעם לײענער“. מע קען אַרײַנשיקן דערצײלונגען און פּערזענלעכע געשיכטעס – מיט אַן אמתדיקן נאָמען צי אַנאָנימערהײט — אױף דעם אַדרעס: vekerjournal@gmail.com

דער רעדאַקטאָר פֿונעם „װעקער“, באַקאַנט אונטערן פּעננאָמען „ראובֿן“, האָט דערקלערט אַז דער ציל פֿונעם קאָנקורס איז אָנצומוטיקן ייִדיש־רעדערס (מענער און פֿרױען) צו שרײַבן שעפֿעריש. „חסידים האָבן װײניק געלעגנהײטן צו אַרבעטן מיט זײערע טאַלאַנטן“, האָט ראובֿן באַטאָנט, „און אַזעלכע טאַלאַנטן װי שרײַבן, זינגען און מאָלן װערן כּמעט נישט געפֿלעגט [דערמוטיקט] און ליידער צו מאָל אַפֿילו אונטערדריקט“.

אַ צװײטע סיבה פֿאַרן קאָנקורס איז צו דערמוטיקן נײַע שרײַבערס אַרײַנצושיקן זײערע װערק אינעם „װעקער“ גופֿא: „פֿיקציע איז בכלל אַ זשאַנער װאָס מע קען כּמעט נישט בײַ אונדז. מע זעט זײער זעלטן קורצע דערצײלונגען אין חסידישע אױסגאַבעס. אַפֿילו װען שרײַבן איז יאָ געמוטיקט איז עס אױך מיט פֿיל תּנאָים װעלכע נעמען אַרױס דאָס גאַנצע חיות דערפֿון“. די װערק פֿון דרײַ געװינערס, װי אױך די װערק פֿון אַנדערע קאָנקורענטן, װעלן פּובליקירט װערן אין קומעדיקע נומערן „װעקער“ (חודש תּישרי און װײַטער).

דער נײַער שרײַבקאָנקורס בײַם „װעקער“ איז נישט דער אײנציקער אױף דער פֿרומער ייִדישער גאַס. אַ פּריװאַטע ברוקלינער ביבליאָטעק, „Reserve a Book Library“, האָט לעצטנס לאַנצירט אַ שרײַבקאָנקורס, אױך מיט געלטפּריזן. דער קאָנקורס איז אָבער זײער אַנדערש פֿונעם קאָנקורס בײַם „װעקער“: קודם־כּל דאַרפֿן די װערק געשריבן װערן אױף ענגליש פֿאַר אַ יוגנטלעכער לײענערשאַפֿט (צװישן 10 און 18 יאָר). דערצו שטעלט מען זײער אַ סך באַגרענעצונגען אין שײַכות מיטן אינהאַלט: דער העלד פֿון דער דערצײלונג דאַרף בײַקומען עפּעס אַ נסיון, װאָס פֿאַרשטאַרקט זײַן אמונה אינעם אײבערשטן. די דערצײלונג טאָר נישט דערמאָנען קײן קאָנטאַקט צװישן מענער און פֿרױען, טאָר נישט פֿאָרקומען אין ארץ־ישׂראל אָדער מיט העלדן װאָס װילן עולה זײַן, טאָר נישט זאָגן בפֿירוש צי ברמז אַז „עלטערן, רבנים אָדער לערערס זענען נישט גערעכט“. די דערצײלונג טאָר אױך נישט חוזק מאַכן פֿון מיצװת און נישט דערמאָנען קײן מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס װאָס ערלעכע ייִדישע קינדער טאָרן נישט ניצן. אַזױ גערופֿענע „אומרעגולערע“ מענטשן, למשל די װאָס גײען אין טעראַפּיע, טאָרן נישט פֿיגורירן אין דער דערצײלונג.