מאָנטרעאָלער אַקטיוויסטקע דערמאָנט זיך אין די גראַפֿאָמאַנען

Montreal Yiddishist Recalls Those Who Pleaded to Be Seen as Writers

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 04, 2017, issue of August 25, 2017.

במשך פֿון צענדליקער יאָרן נאָכן חורבן האָט מאָנטרעאָל געשמט פֿאַר אַ הויפּטצענטער פֿון ייִדישע ליטעראַרישע טעטיקייטן.

פֿון דעסט װעגן איז דער מצבֿ פֿון פּובליקירן ביכער געווען, פּונקט װי אין אַנדערע ליטעראַרישע צענטערס װי ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ און בוענאָס־אײַרעס, אַן אָנגעװייטיקטער ענין. ייִדישע שרײַבער האָבן געזוכט פֿאַרלאַגן צו דרוקן זייערע ביכער אָבער קיין גרויסע פֿאָנדן זענען נישט געווען דערפֿאַר.

דערצו זענען אַ טייל פֿון די מחברים געווען גיכער גראַפֿאָמאַנען איידער גרויסע טאַלאַנטן.

אין דעם אינטערעסאַנטן ווידעאָ אַרויסגעלאָזט פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, דערציילט רבֿקה אויגענפֿעלד, אַ לאַנגיאָריקע כּלל־טוערין אין די מאָנטרעאָלער ייִדיש־קרײַז, וועגן דעם „קאָמיטעט‟ וואָס האָט געדאַרפֿט זיך פֿאַרנעמען מיט יענע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן וועלכע האָבן געשריבן ביכער וואָס האָבן לאוו־דווקא געהאַט אַ ליטעראַרישן ווערט. אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע איז דער גראַפֿאָמאַן געווען אַ באַקאַנטער טיפּ בײַ די טרעפֿונגען אין די שרײַבער־פֿאַראיינען, און נאָכן חורבן האָט מען זיי געזען אין די נײַע ייִדישע צענטערס. הײַנט זעט מען זיי זעלטן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.