דער לעצטער קינסטלער פֿונעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער

The Last Artist of Moscow Yiddish Theater


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 06, 2017, issue of August 25, 2017.

װי באַרעכטיקט איז צו רעדן װעגן אַן אָריגינעלער ייִדישער שיטה אין דער רוסישער קונסט, און װאָס זײַנען אירע סימנים־מובֿהקים? ייִדן האָבן יאָ פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער מאָדערנער רוסישער און סאָװעטישער קולטור, אָבער לרובֿ זײַנען פֿאַר זײ פֿאַרבליבן פֿרעמד ייִדישע טעמעס און פּראָבלעמען. עס זײַנען געװען אַ צאָל אױסנאַמען, און גאַנץ בולט צװישן זײ איז געװען דער קינסלטער אלכּסנדר טישלער (1898—1980). ער האָט אַקטיװ געאַרבעט אינעם סאָװעטישן ייִדישן טעאַטער אין מאָסקװע, קיִעװ און מינסק. דערבײַ האָט טישלער געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אינעם ייִדישן עטנאָגראַפֿישן שטײגער. מען קען ניט רעקאָנסטרויִרן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן לױט זײַנע בילדער. ייִדישקײט איז פֿאַר אים געװען אַ מקור פֿון פֿאַנטאַסטישע אימאַזשן און געשטאַלטן. דאָ האָבן זיך געמישט זײַנע קינדער־זכרונות, חלומות, און קינסטלערישע עקספּערימענטן מיט קאָליר, פֿאָרמע און קאָמפּאָזיציע.

דאָס זעט מען בפֿירוש אין דער נײַער אױסשטעלונג אינעם מאָסקװער מוזײ פֿאַר בילדערישע קונסטן אױף פּושקינס נאָמען. טישלערס פּערזענלעכער גורל איז געװען אַ גליקלעכער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע קולטור־טוער. מען האָט אים ניט אַרעסטירט בעת סטאַלינס פּאָגראָם קעגן ייִדישער קולטור אין 1948—1953. אָבער לאַנגע יאָרן איז טישלער פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון דער סאָװעטישער קונסט. ערשט צוליב דעם, װאָס זײַן צװײטע פֿרױ איז געװען אַ חבֿרטע מיט דער דירעקטאָרין פֿונעם פּושקין־מוזײ, האָט מען שטילערהײט אָפּגעקױפֿט זײַנע װערק, און אַזױ אַרום פֿאַרמאָגט דװקא דער דאָזיקער מוזײ אַ גרױסע זאַמלונג פֿון טישלערס װערק.

כּדי צו „כּשרן” טישלערן אין די אױגן פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קריטיק, האָט מען אים פֿאָרגעשטעלט װי אַ נאַיִװן קינסטלער פֿון קינדער־מעשׂיות און זיסע חלומות. דערבײַ האָט מען פֿאַרשװיגן זײַן טיפֿע אײַנגעװאָרצלטקײט אינעם ייִדישן מאָדערניזם, און בפֿרט די השפּעה פֿון דער קיִעװער קולטור־ליגע אױף זײַן קינסטלערישן אױפֿקום. טישלער איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ גרױסער בעל־מלאכישער משפּחה אין מעליטאָפּאָל, דרום־אוקראַיִנע (זײַן טאַטע איז טאַקע געװען אַ טישלער).

צו פֿערצן יאָר איז ער געקומען קײן קיִעװ צו שטודירן אינעם לער־אַנשטאַלט פֿאַר קונסט, און שפּעטער האָט ער זיך געלערנט אין דער פּריװאַטער שול בײַ דער באַרימטער קינסטלערין אַלעקסאַנדראַ עקסטער. דאָ האָט ער זיך באַקענט מיט אַנדערע ייִדישע קינסלטער, װאָס האָבן שפּעטער געשאַפֿן דעם קרײַז פֿון דער קולטור־ליגע: יוסף טשײַקאָװ, שלומה ניקריטין, ניסן שיפֿרין. אָנהײב צװאַנציקער יאָרן איז טישלער אַריבער קײן מאָסקװע, און דאָרט האָט ער זיך װידער געפֿונען אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום דעם קינסטלער דוד שטערענבערג.

אַזױ אַרום איז טישלערס קרובֿהשאַפֿט מיטן ייִדישן טעאַטער געװען גאַנץ נאַטירלעך. ער האָט אָנגעהױבן צו אַרבעטן פֿאַר טעאַטער נאָך אין קיִעװ, אָבער דאָס סאַמע באַרימטע װערק זײַנס איז געװען די דעקאָראַציעס צו דעם ספּעקטאַקל „קעניג ליר” (1935) אינעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער, מיט שלמה מיכאָעלס אין דער הױפּטראָלע. זײ האָבן געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף דעם ענגלישן אַקטיאָר גאָראָדן קרעג. פֿאַר „פֿרײלעכס” (1947), דעם סאַמע לעצטן ספּעקטאַקל פֿונעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער, האָט טישלער אַפֿילו באַקומען אַ סטאַלין־פּרעמיע. מעג זײַן, דאָס האָט אים געראַטעװעט פֿון רדיפֿות װען סטאַלין האָט חרובֿ געמאַכט די ייִדישע קולטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. טישלער האָט װײַטער געמעגט אַרבעטן אין רוסישן טעאַטער.

אַ געװיסע ראָלע האָבן דערין געשפּילט אױך טישלערס ליבעס. אין מינסק האָט ער געהאַט אַ קאָכאַנקע, אסתּר אַראָנטשיק, װאָס האָט געמאַכט קאָסטיומען פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אינעם דאָזיקן טעאַטער האָט טישלער געמאַכט דעקאָראַציעס פֿאַר עטלעכע אױפֿפֿירונגען, צװישן זײ דוד בערגעלסאָנס „דער טױבער”. אסתּר איז אומגעקומען אין מינסקער געטאָ, אָבער זײער טאָכטער בעלאַ איז געראַטעװעט געװאָרן דורך איר שװעסטער.

פּאַראַלעל מיט דער דערפֿאָלגרײַכער קאַריערע װי אַ טעאַטער־קינסטלער האָט טישלער געשאַפֿן אַ צאָל מאָלערישע סעריעס, װאָס שפּיגלען אָפּ די שרעקלעכע דערפֿאַרונג פֿונעם בירגערקריג מיט בלוטיקע פּאָגראָמען. אַלײן האָט ער געדינט אין דער רױטער אַרמײ, װוּ ער האָט געמאַכט פּראָפּאַגאַנדיסטישע פּלאַקאַטן און צײַטונגען. צװײ ברידער זײַנע זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך די שׂונאים פֿון דער באָלשעװיסטישער מאַכט. טישלערס כּוח־הדמיון האָט פֿאַרװאַנדלט די דאָזיקע טראַגישע געשעענישן אין אױסטערליש־גראָטעסקע בילדערישע געשטאַלטן. אין אַ סעריע בילדער פֿון די 1920ער יאָרן האָט ער פֿאָרגעשטעלט דעם אַטאַמאַן נעסטאָר מאַכנאָ, דעם קאָמאַנדיר פֿונעם אַנאַרכיסטישן חייל, װעלכער האָט דערהרגעט טישלערס ברודער, װי אַן אױסגעפּוצטע כּלה אַרומגערינגלט מיט קאָזאַקן.

קאַרנאַװאַל, צירק און טעאַטער זײַנען געװען באַליבטע מאָטיװן אין טישלערס שאַפֿונג פֿון יענער צײַט. אַ סבֿרה, האָט ער זיך אױף אַזאַ אופֿן באַמיט גובֿר צו זײַן די טראַװמאַטישע איבערלעבונגען פֿון דער מלחמה און די פּאָגראָמען. אין דער מאָלערישער יום־טובֿדיקער פֿאַנטאַסטיק האָט ער געפֿונען אַ מין פּסיכאָלאָגישן מקום־מקלט. טישלער איז ניט געװען דער אײנציקער צװישן סאָװעטישע ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן פֿון יענער צײַט צו פֿאַרטיפֿן זיך אין פֿאַנטאַסטישע װיזיעס. אַזעלכע מאָטיװן געפֿינט מען למשל אין די בילדער פֿון זײַן גוטן חבֿר אלכּסנדר לאַבאַס. דער נסתּרס בוך פֿאַרצײכענונגען „הױפּטשטעט” (1934) איז אַ געמיש פֿון טרוקענע פֿאַקטן מיט װילדע אױסגעטראַכטע אימאַזשן. אַ װיכטיקע ראָלע אין אַלע דאָזיקע װערק שפּילט דער מאָטיװ פֿון פֿליִען. עס פֿליִען ניט נאָר עראָפּלאַנען און דיריזשאַבלען, נאָר אױך בנינים, מענטשן און חיות.

טישלער האָט אָפּגעהיט זײַן ליבע צו פֿאַנטאַסטיק ביז אין סאַמע שפּעטערע יאָרן זײַנע, װען ער האָט געשאַפֿן מערקװירדיקע סעריעס פֿרױען־פּאָרטרעטן. זײַנע העלדינעס זײַנען אַרומגערינגלט מיט מאָדנע אָביעקטן, און אָפֿט טראָגן זײ גאַנצע בנינים אױף זײערע קעפּ. די דאָזיקע װערק זײַנען געװען פּאָפּולער אין די 1960ער יאָרן צװישן דער ליבעראַלער אינטעליגענץ, װײַל זײ האָבן שטאַרק באַשטעטיקט דעם אָפֿיציעלן סטיל פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. די ייִדישע טעמע אין טישלערס שפּעטערע װערק װערט נאָסטאַלגיש. ער שאַפֿט סטיליזירטע אימיטאַציעס פֿון אַלטע משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס, װוּ מען קאָן צו מאָל דערקענען זײַנע אײגענע קרובֿים.

טישלערס שאַפֿונג איז אָפֿן פֿאַר כּלערלײ אינטערפּרעטאַציעס. זײַנע בילדער אַנטפּלעקן װיכטיקע, און אַ מאָל פֿאַרבאַהאַלטענע, סימנים פֿון דעם סאָװעטישן ייִדישן כּוח־הדמיון, װאָס האָט געזוכט צונױפֿצושמעלצן פֿאַקטן און פֿאַנטאַזיעס, האַרטע װירקלעכקײט מיט זיסע חלומות, קאָמעדיע און טראַגעדיע, סאָװעטישקײט און ייִדישקײט.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7
  • Image 8
  • Image 9
  • Image 10
  • Image 11
  • Image 12
  • Image 13
  • Image 14




Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.