איך בין אַ מאַמע, אָבער נישט זײַן מאַמע

I May Be a Mother But Not His Mother

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published August 09, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 4 טע זײַט פֿון 7)

איך האָב זיך געפֿילט ווי ס׳ליגט מיר אַ שטיין אויפֿן האַרץ. די קאַווע איז מיר געוואָרן קאַלט, ס׳איז מיר שוין פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט, און די פֿרייד וואָס איך האָב פֿריִער געפֿילט ווען איך האָב געמיינט, אַז ג־ט האָט געהאָלפֿן און מיר צוגעשיקט אַ נײַעם קאַוואַליר האָט זיך אויסגעוועפּט. ס׳האָט זיך מיר פּלוצלינג פֿאַרגלוסט זײַן ערגעץ אַנדערש.

ס׳איז געוואָרן שטיל און ער איז צוריק צו דער טעמע מיט וואָס ער האָט אָנגעהויבן — ווי איך בין זייער ענלעך צו זײַן מאַמען. ער האָט זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן: זי האָט אויך געהאַט בלויע אויגן, זי איז אויך געווען אַ קליינטשיקע און אַ פֿלינקע מיט אַ שיינעם שמייכל. „זי האָט געהאַט אַ גוט האַרץ,” האָט ער געזאָגט, „און מיט איר האָב איך זיך געקענט האַלטן אַן עצה. מיר האָבן גערעדט כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט.”

„יעדן אָוונט? וועגן וואָס האָט איר גערעדט אַזוי אָפֿט?”

„וועגן וואָס עס געגריבלט מיך אין בויך.”

„אַ סך זאַכן גריבלען דיך?”

„נישט קיין סך, אָבער מיט אַ מאַמען צו רעדן דאַרף מען נישט האָבן קיין תּירוץ. ס׳איז שוין דאָ וועגן וואָס צו רעדן.” און ער איז שטיל געוואָרן; ווײַזט אויס, בענקענדיק נאָך דער מאַמען.

„סיאיז ממש באַשערט וואָס מיר האָבן געהאַט די זעלבע מיינונג אינעם שיעור ווען אַלע אַנדערע האָבן געהאַלטן פּונקט פֿאַרקערט, און דערפֿאַר האָט דער רבֿ געמיינט אַז מיר זענען אַ גוטע פּאָר. ס׳איז טאַקע באַשערט!” האָט ער געזאָגט מיט אַ שמייכל, נישט קיין טרויעריקן האַלב־שמייכעלע, וואָס איז מער ווי אַ סיגע. אין דעם מאָמענט האָב איך דערפֿילט ווי נאָענט ער איז געווען צו דער מאַמען, און עס האָט זיך אין מיר דערוועקט אַ געפֿיל פֿון רחמנות ווײַל איך האָב שוין דערקענט אַז דאָס איז אַ רמז פֿון אַ נעווראָטישער באַציִונג.

כ׳האָב געזען אַז זײַן קאַווע, ווי מײַנע, איז שוין קאַלט געוואָרן, האָב איך אים געפֿרעגט צי ער וויל איך זאָל הייסן ברענגען פֿרישע, הייסע קאַווע, אָדער אפֿשר וויל ער עפּעס פֿאַרבײַסן צו דער קאַווע. די זון האָט זיך געהאַט איבערגערוקט צו אונדזער טישל, האָב איך אים געפֿרעגט צי ער וויל זיך אפֿשר נישט איבערזעצן בײַ אַן אַנדער טישל.

ער האָט פֿאַר זיך טאַקע באַשטעלט אַ טונפֿיש־שניטקע. ווען די קעלנערין האָט מיך געפֿרעגט צי איך וויל אויך עפּעס עסן האָב איך געענטפֿערט אַז איך בין נישט הונגעריק. ווען זי איז אַוועק האָבן מיר אַ ביסל אַרויסגערוקט אונדזער טישל פֿון דירעקטער זונענשײַן. וואָס מער איך האָב גערעדט, אַלץ ווייכער איז מײַן קול געוואָרן און אַלץ מער האָט ער זיך אויסגעשפּאַט, און זיך אַ ביסל נענטער צו מיר אײַנגעבויגן איבערן טיש. ווען ער האָט אָפּגעגעסן און אָפּגעבענטשט האָט ער געפֿרעגט צי מיר קענען זיך ווידער טרעפֿן. 

„פֿאַר וואָס נישט?” האָב איך געזאָגט און אים געגעבן מײַן טעלעפֿאָן.