ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 08, 2017, issue of August 25, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

באַוועגלעכע אוישוויץ־אויסשטעלונג וועט פֿאָרן איבער 14 שטעט פֿון דער וועלט

דער אוישוויץ־מוזיי גרייט צו אַן אויסשטעלונג אויף רעדער. דער געדאַנק איז צו פֿאָרן מיט אַ באַוועגלעכער אוישוויץ־אויסשטעלונג איבער 14 שטעט אויף דער גאַנצער וועלט.

צווישן די עקספּאָנאַטן וואָס דער מוזיי האָט בדעה צו ווײַזן דעם אינטערנאַציאָנאַלן עולם זענען אַ לאַסט־וואַגאָן וואָס די דײַטשן האָבן גענוצט פֿאַר די ייִדן־טראַנספּאָרטן, און אַ באַראַק וווּ די קאַצעטניקעס האָבן געוווינט.

במשך פֿונעם לעצטן יאָר זענען צוויי מיליאָן טוריסטן געקומען זען דעם אוישוויץ־מוזיי.

די ערשטע סטאַנציע פֿון דער נײַער, באַוועגלעכער אויסשטעלונג וועט זײַן די שפּאַנישע הויפּטשטאָט, מאַדריד.

אין אַמעריקע און קאַנאַדע קומט מען שפּעטער. די באַוועגלעכע אויסשטעלונג איז זייער אַ רײַכע. זי אַנטהאַלט אן ערך זעקס הונדערט פֿארשיידענע עקספּאָנאַטן. דאָס רובֿ שטאַמען פֿונעם אוישוויץ־מוזיי אָבער אַ טייל האָט דער מוזיי געבאָרגט פֿון „יד־ושם” אין ירושלים און פֿונעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן. פּריוואַטע מנדבֿים, לעבן געבליבענע און זייערע משפּחות, האָבן אויך צוגעשטײַערט צו דער אויסשטעלונג.

ווי מיר האָבן אָפֿט מאָל איבערגעגעבן, ווילן די פּאָליאַקן באַטאָנען אַז אוישוויץ איז געווען אַ דײַטשישער און נישט קיין פּוילישער לאַגער. מסתּמא צוליב דעם ווידמען זיי אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג דעם שטעטל אָשפּעצין וואָס הייסט אוישוויץ אויף דײַטש. אָשפּעצין איז געווען אַ טיפּיש ייִדיש־פּויליש שטעטל. זיבעציק פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זענען געווען ייִדן. דער ציל איז צו ווײַזן דאָס פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע לעבן אויפֿן אָרט וווּ די דײַטשן האָבן געבויט אַ פֿערציק קילאָמעטער שטח פֿון ליידן און טויט.

אָשפּעצין אויף ייִדיש און אָשוויענטשים אויף פּויליש איז נישט דאָס זעלבע וואָס אוישוויץ אויף דײַטש, באַטאָנען די פּאָליאַקן.


ישׂראלדיקע אַטלעטן אין סאָכאָטשין פֿאַרטיידיקן חבֿרים פֿון כוליגאַנעס

מיטוואָך האָט די ישׂראלדיקע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט, הפּועל פּתּח־תּקוה, געוווּנען אַ פֿרײַנדלעכן מעטש קעגן Mks Ciechanow. דעם מעטש האָט מען געשפּילט אין סאָכאָטשין.

די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט האָט זיך צוריקגעקערט צו איר האָטעל וואָס געפֿינט זיך לעבן אַ וואַלד. פֿונעם וואַלד זענען פּלוצעם אַרויס פּוילישע פֿוסבאָל־כוליגאַנען און אַטאַקירט די טעכנישע געהילפֿן פֿון דער מאַנשאַפֿט. וויבאַלד די ישׂראלדיקע אַטלעטן האָבן דאָס דערזען, און היות וואָס די פּאָליציי וואָס איז געווען בשעתן מעטש איז שוין אַוועק, זענען זיי אַרויסגעלאָפֿן פֿונעם האָטעל און פֿאַרטיידיקן זייערע חבֿרים.

די פּאָליציי איז געקומען און אַרעסטירט עטלעכע פֿון די כוליגאַנען.

די פּוילישע מעדיאַ האָט קריטיקירט די כוליגאַנען אויפֿן שאַרפֿסטן אופֿן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.