פֿילם װעגן דרײַ געװעזענע חסידים װעט געװיזן װערן דורך „נעטפֿליקס”

Documentary About Three Young Ex-Hasidim To Be Aired on Netflix

Courtesy of Loki Films production

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 09, 2017, issue of August 25, 2017.

דעם קומעדיקן האַרבסט װעט מען דורך דער פֿילם־פֿירמע „נעטפֿליקס״ װײַזן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם װעגן דרײַ יונגע לײַט װאָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע קרײַזן און האָבן באַװיזן אויפֿצובױען אַ לעבן אויף ס׳נײַ.

דער פֿילם, One of Us (איינער פֿון אונדז), דערציילט די געשיכטע פֿון דרײַ געװעזענע חסידים װאָס האָבן זיך געװאָנדן צו „פֿוטסטעפּס” נאָכןמפֿאַרלאָזן די קהילה. „פֿוטסטעפּס” איז די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע װאָס העלפֿט אָפּגעפֿרעמדטע חרדישע יונגע לײַט זיך שטעלן אױף די אייגענע פֿיס דורך פֿאַרשרײַבן זיי אױף ענגליש־קלאַסן, אין קאָלעדזש אָדער מיטן שרײַבן אַ רעזומע צו העלפֿן זיי קריגן אַ שטעלע. סאָציאַלע אַרבעטער העלפֿן זיי בײַקומען די פּסיכאָלאָגישע שװעריקייטן אין פֿאַלן װען די משפּחה און פֿרײַנד האַקן אַפּ די באַציִונגען מיט זיי, װי עס טרעפֿט נישט זעלטן. דער פֿילם װערט אַרױסגעלאָזט דורך „לאָקי פֿילמס”.

אין אַ בשותּפֿותדיקער דערקלערונג האָבן די פֿילמאָגראַפֿן רייטשעל גריידי און הײַדי יויִנג אָבער באַטאָנט אַז דער פֿילם װײַזט נישט בלויז די מעלות פֿון האָבן פֿאַרלאָזט דעם חסידישן לעבן־שטייגער אָבער אויך װי אַזוי עס האָט די יוגנטלעכע געשאַט.

„אונדזערע דרײַ העלדן באַפֿרײַען זיך טאַקע פֿון די ענגע באַגרענעצונגען פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט אָבער זיי ראַנגלען זיך אױך מיט אַן אוניװערסאַלער דילעמע: דער פּרײַז פֿון פֿרײַהייט קען אויך דערפֿירן צו דעם אַז זיי פֿאַרלירן דעם איינציקן ציבור װאָס זיי האָבן אַ מאָל געקענט.”

דער פֿילם װעט אױך געװיזן װערן אויפֿן הײַיאָריקן טאָראָנטער קינאָ־פֿעסטיװאַל צװישן דעם 7טן און דעם 17טן סעפּטעמבער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.