אַ וועגווײַזער צו די בעסטע קאָלעדזשן פֿאַר ייִדישע סטודענטן

A Guide to the Best Colleges for Jewish Students

Wikimedia Commons

פֿון דזשיין אײַזנער (Forward)

Published August 11, 2017, issue of August 25, 2017.

באַקענט זיך מיטן ערשטן קאָלעדזש־וועגווײַזער געשאַפֿן פֿונעם Forward!

דעם וועגווײַזער האָבן געשאַפֿן צוויי יונגע טאַלאַנטירטע מיטאַרבעטער, איידען פּינק און לאָראַ אַדקינס, וועלכע האָבן חדשים לאַנג געזאַמלט די אינפֿאָרמאַציע; אויסגערעכנט די סטאַטיסטיק, אויסגעפֿרעגט די באַלעבאַטים בײַ די קאָלעדזש־קאַמפּוסן און געשמועסט מיט סטודענטן, עלטערן און גראַדואַנטן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿול בילד פֿון אַלץ וואָס ייִדן זוכן ווען זיי דאַרפֿן אויסקלײַבן אַ קאָלעדזש.

אין די צײַטן ווען דאָס לעבן אויפֿן קאַמפּוס ווערט אָפֿט קריטיקירט, האָט דער וועגווײַזער, ניצנדיק 10,000 פּרטים, געשאַפֿן אַ רעאַליסטיש בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין 171 קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נעמענדיק אין באַטראַכט כּמעט 50 עלעמענטן, וואָס קאָנען פֿאַראינטערעסירן ייִדישע סטודענטן. אַ טייל ווילן אַ קאָלעדזש מיט אַן אַקטיוון „הילל‟ און אַ כּשרן עסצימער. אַנדערע זוכן אַ קאַמפּוס מיט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן צו טאָן „תּיקון עולם‟, אָדער אַ גוטן „פֿריזבי‟־מאַנשאַפֿט. אָדער אַלע דרײַ אין איינעם!

דאָס אַלץ קען מען געפֿינען אין דעם דאָזיקן וועגווײַזער. מע קען זיך אויך דערוויסן אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַקאַדעמישע ברירות, שׂכר־לימוד און אַנדערע פּרטים. עס נעמט אַרײַן טשיקאַווע פֿאַקטן פֿון יעדן קאַמפּוס, עטלעכע אומגעריכטע אַנטדעקונגען און צענדליקער קאָמענטאַרן פֿון ייִדישע כּלל־טוער און סטודענטן.

מיר האָבן בדעה צו באַנײַען דעם וועגווײַזער יעדעס יאָר — מיט אײַער הילף. שיקט אײַערע קאָמענטאַרן און פֿירלייגן צו college@forward.com.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.