„ייִדישע רעװאָלוציע‟ אין סאָװעטישן װײַסרוסלאַנד

"Jewish Revolution" in Soviet Belarus


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 13, 2017, issue of August 25, 2017.

ביז לעצטנס האָט געהערשט אַזאַ אײַנדרוק פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד: װאָס מער סאָװעטיש, אַלץ װײניקער ייִדיש, און פֿאַרקערט, װאָס מער ייִדיש — אַלץ װײניקער סאָװעטיש. ייִדישקײט האָט מען פֿאַרשטאַנען קודם־כּל אין נאַציאָנאַל־רעליגיעזע באַגריפֿן, און היות װי די סאָװעטישע מאַכט איז געװען קעגן סײַ רעליגיע און סײַ נאַציאָנאַליזם, האָט מען זי במילא געהאַלטן פֿאַר אַ קעגנער פֿון װאָסער ניט איז ייִדישער אידענטיטעט. אַ היפּשע צאָל ייִדן, װאָס האָבן זיך יאָ אַקטיװ באַטײליקט אין פֿאַרשידענע סאָװעטישע אונטערנעמונגען, האָט מען געהאַלטן פֿאַר „ניט־ייִדישע ייִדן”, װאָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײער ייִדישקײט.

װי עס אַנטפּלעקן די לעצטע היסטאָרישע פֿאָרשונגען, װאָס שעפּן פֿון נײַע אַרכיװאַלע מקורים, איז דער רעאַלער מצבֿ געװען אַ סך מער קאָמפּליצירט, בפֿרט אין די סאָװעטישע רעפּובליקן פֿון אוקראַיִנע און װײַסרוסלאַנד נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. אָבער עד־היום האָבן די דאָזיקע פֿאָרשער לרובֿ באַטראַכט קולטורעלע און פּאָליטישע ענינים, בעת די ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָװעטישער עקאָנאָמיק איז פֿאַרבליבן ניט דערפֿאָרשט. דעם דאָזילן בלױז פֿילט אױס די שטודיע פֿון ענדריו סלױן אין „די ייִדישע רעװאָלוציע אין װײַסרוסלאַנד: עקאָנאָמיק, ראַסע, און די באָלשעװיסישע מאַכט‟.

סלױן טענהט, אַז דװקא די עקאָנאָמישע סיטואַציע האָט שטאַרק באַװירקט דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין װײַסרוסלאַנד װי אַן עטנישע עדה. פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט װײַסרוסלאַנד געהאַט אַ היפּשע צאָל ייִדישע אַרבעטער און בעל־מלאכות, צװישן זײ — גאַרבערס, שנײַדערס, שוסטערס און װעבער. זײ האָבן אױפֿגעבױט שטאַרקע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען און זיך אַקטיװ באַטײליקט אינעם „בונד”. נאָך דעם נצחון פֿון די באָלשעװיקעס האָט דער „בונד” פֿאַרלױרן זײַן השפּעה, און אַ סך בונדיסטן זײַנען אַרײַן אין דער באָלשעװיסטישער פּאַרטײ, פֿרײַװיליק אָדער בעל־כּורחו. זײ האָבן געגלױבט, אַז די סאָװעטישע מאַכט װעט טאַקע פֿאַרטײדיקן די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע אינטערעסן פֿונעם פּראָלעטאַרישן פֿאָלק, און דערבײַ אָפּהיטן קולוטרעלע אױטאָנאָמיע פֿאַר ייִדן.

די דאָזיקע האָפֿענונגען זײַנען ניט מקוים געװאָרן. די באָלשעװיסטישע מאַכט האָט ניט געהאַט קײן צוטרױ צו אַמאָליקע בונדיסטן, בפֿרט צו די כּלל־טוער אין סאָװעטישע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען. די קאָמוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע אין 1925 האָט אױסגעמאָלט בונדיסטן װי „קלײן־בירגערלעכע עלעמענטן” און קעגנער פֿונעם פּראָלעטאַריאַט. די דאָזיקע באַשולדיקונגען האָבן געהאַט אַ בולטן אַנטיסעמיטישן בײַ־טעם, כאָטש אָפֿיציעל איז אַנטיסעמיטיזם געװען אַ קרימינעלער פֿאַרברעכן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. סלױן דערװײַזט, אַז הינטער דער דאָזיקער קאַמפּאַניע זײַנען געשטאַנען עקאָנאָמישע אינטערעסן. די װײַסרוסישע סאָװעטישע פֿירערשאַפֿט האָט בדעה געהאַט אַרױסצושטופּן ייִדן פֿון פֿירנדיקע פּאָזיציעס און שטיצן אײגענע װײַסרוסישע קאַדרעס.

בעת דער דאָזיקער „רײניקונג” האָט מען אַרױסגעטריבן פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ אַ היפּשע צאָל אַמאָליקע בונדיסטן. אױף זײער אָרט זײַנען געקומען יונגע קאָמוניסטן, ייִדן און ניט־ייִדן, װאָס האָבן שױן ניט געהאַט קײן דערפֿאַרונג פֿון פּאָליטישן קאַמף און ניט געהערט װעגן דעם בונדיסטישן באַגריף פֿון נאַציאָנאַל־קולטורעלער אױטאָנאָמיע. די צװײטע כװאַליע פֿון דער פֿאַרמאַסקירטער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע איז געקומען מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, אין 1928—1927. זי איז געװען אַ טײל פֿון יוסיף סטאַלינס קאַמף קעגן לעװ טראָצקין און זײַנע חסידים. װידער אַ מאָל, איז די צאָל ייִדן צװישן דער דאָזיקער „אָפּאָזיציע” געװען גאַנץ הױך. זײ האָבן פּראָטעסטירט קעגן סטאַלינס פּאָליטיק, װאָס האָט געצװוּנגען אַרבעטער צו אַרבעטן מער פֿאַר װײניקער געלט. סטאַלינס פּלאַן פֿון אינדוסטריאַליזאַציע איז פֿינאַנסירט געװאָרן דורך אינפֿלאַציע. די געהאַלטן זײַנען פֿאַרבליבן פֿיקסירט, בעת די פּרײַזן האָבן שטאַרק געשטיגן. די אַרבעטער, װאָס האָבן פּראָטעסטירט קעגן דער דאָזיקער פּאָליטיק, האָט מען דערקלערט פֿאַר פּאָליטישע שׂונאים פֿון דער סאָװעטישער מאַכט.

אַזױ אַרום, האַלט סלױן, פֿאַרמאָגט דער סאַמע באַגריף „ייִדישקײט” פֿאַרשידענע שאַטירונגען אינעם סאָװעטישן פּאָליטישן, קולטורעלן און עקאָנאָמישן קאָנטעקסט. פֿון אײן זײַט האָט די סאָװעטישע מאַכט געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם, אָבער פֿון דער אַנדער זײַט האָט מען גערודפֿט „בונדיסטן” און „טראָצקיסטן”, װאָס זײַנען צומאָל געװען קאָדירטע װערטער פֿאַר ייִדן. די עקאָנאָמישע קאָנקורענץ האָט צומאָל גענומען עטנישע פֿאָרמען, װאָס זײַנען פֿאַרמאַסקירט געװאָרן װי אַן אידעאָלאָגישער און פּאָליטישער קאַמף. דערבײַ האָט מען זיך ניט געשעמט צו נוצן זיך מיט אַלטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן צוליב דעם צװעק פֿון דערגרײכן אַן עקאָנאָמישע העגעמאָניע.

סלױן באַשרײַבט די ראַדיקאַלע ענדערונגען אינעם ייִדישן לעבן אין די צװאַנציקער יאָרן װי אַ „ייִדישע רעװאָלוציע”, װאָס האָט באַגלײט די גרעסערע באָלשעװיסטישע רעװאָלוציע. אָבער סוף־כּל־סוף האָט זיך דאָס אַרױסגעװיזן ווי אַ מפּלה. ייִדן, װי אַנדערע סאָװעטישע מינאָריטעטן, האָבן לגמרי פֿאַרלױרן װאָסער ניט איז אױטאָנאָמיע אונטער סטאַלינס דיקטאַטאָרישן רעזשים. סלױן פּרוּװט צו אָפּערירן מיט מאַרקסיסטישע באַגריפֿן פֿון פּאָליטישער עקאָנאָמיק אין זײַן אַנאַליז פֿונעם אײגנאַרטיקן פֿאַל פֿון װײַסרוסישן ייִדנטום. ער איז גערעכט, אַז עקאָנאָמיק האָט יאָ געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין אױספֿורעמען דאָס ייִדישן לעבן אונטער די סאָװעטן.

אָבער דערבײַ נעמט ער ניט אין באַטראַכט אַנדערע װיכטיקע פֿאַקטאָרן, װי למשל די סאָװעטישע מיליטערישע פּאָליטיק. װײַסרוסלאַנד איז געװען סטראַטעגיש װיכטיק װי אַ גרענעץ־געביט צװישן רוסלאַנד און פּױלן, און דערפֿאַר האָט די סאָװעטישע מאַכט דװקא ניט געװאָלט אַנטװיקלען דאָרט שװערע אינדוסטריע (װעגן דעם איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלע געהײמע פּאַרטײ־דירעקטיװ). סטאַלין האָט ספּעציעל חושד געװען עטנישע מינאָריטעטן, װאָס האָבן געהאַט זײערע אײגענע מלוכות מחוץ דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. פֿאַר דער מלחמה זײַנען דאָס געװען פּאָליאַקן, לעטן, דײַטשן. נאָך דער מלחמה, מיטן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, איז געקומען די רײ פֿון ייִדן. די דאָזיקע געשעענישן ליגן מחוץ דעם כראָנאָלאָגישן גערעם פֿון סלױנס פֿאָרשונג, אָבער די װאָרצלען פֿון דער דאָזיקער פּאָליטיק שטעקן טאַקע אין די צװאַנציקער יאָרן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.