די איבערנאַטירלעכע היילן אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר

Supernatural Caves in Jewish Folklore


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 15, 2017, issue of August 25, 2017.

אין זומער, ווען אַ סך זשורנאַליסטן און פּאָליטיקער פֿאָרן אַוועק אויף אַ וואַקאַציע, קומט אָפֿט דער יערלעכער סאָציאַלער פֿענאָמען פֿון „זומערדיקע נאַרישקייטן‟. אין צײַטונגען באַווײַזן זיך אומקאָנטראָלירטע אָדער, אינעם ערגסטן פֿאַל, אינגאַנצן אויסגעטראַכטע סענסאַציאָנעלע מאַטעריאַלן; אין די רעגירונגען הייבן מען אָן צו באַטראַכטן אויסטערלישע געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס האָבן נישט קיין שאַנס אָנגענומען צו ווערן. אין האַלב־ליידיקע רעדאַקציעס זיצן אויסגעמאַטערטע שרײַבער, וואָס זענען מקנא זייערע מיטאַרבעטער, וואָס רוען זיך אָפּ אויף קוראָרטן, און מוזן צומאָל פֿאַרטרעטן עטלעכע קאָלעגן. דעריבער, כּדי די אויסגאַבע זאָל בלײַבן פּאָפּולער, זוכן זיי אויס אויף גיכן אומגעוויינטלעכע וועלט־נײַעס, באַגלייט מיט זייערע אייגענע „מומחישע‟ פּירושים.

הײַיאָר, אָנהייבנדיק פֿון יוני, האָבן זיך אויף אַ ריי אַמעריקאַנער וועבזײַטן פֿאַרשפּרייט רעפּאָרטאַזשן וועגן מיסטעריעזע אוראַלטע אונטערערדישע טונעלן, וואָס פֿירן, כּלומרשט, פֿון טערקײַ ביז שאָטלאַנד. אין אויגוסט, ווען איך ביז געווען אין מאָסקווע און די אַרומיקע מיטל־עלטערלעכע רוסישע שטעט, האָב איך באַמערקט, אַז די זומערדיקע „נײַעס‟ וועגן די טונעלן האָבן זיך באַוויזן אויף רוסיש אין „פֿאַרבעסערטע‟ פֿאָרמען, מיט חידושדיקע פֿאַנטאַסטישע הוספֿות.

ווי אַן עצה פֿאַר אָנהייבנדיקע זשורנאַליסטן, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דאָס אָפּלייעקענען נאַרישע „זומערדיקע נײַעס‟ קאָן זײַן אויך אַ געראָטענע און לײַכטע זומערדיקע טעמע. קודם־כּל דאַרף מען באַשרײַבן די אויסטערלישע נײַעס פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע קוואַלן אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן לעבעדיקן אופֿן; דערנאָך לאַכט מען עס אויס. ווי אַ רעזולטאַט, בלײַבט דער לייענער צופֿרידן, באַקאַנט מיטאַמאָל סײַ מיט די צווייפֿלהאַפֿטיקע טשיקאַווע מעשׂיות, סײַ מיט דער סאַרקאַסטישער קריטיק פֿון זיי.

אַזוי צי אַזוי, איך האָב איבערגעלייענט, מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, אויף אַ ריי רעלאַטיוו באַקאַנטע רוסישע וועבזײַטן, די נײַעס וועגן דער ריזיקער נעץ טונעלן, אויסגעבויט מיט 12,000 יאָר צוריק, וואָס פֿאַרבונדן גאַנץ אייראָפּע און שיִער נישט די גאָרע וועלט. די נײַעס האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבערן די רוסישע זײַטלעך אויפֿן „פֿייסבוק‟. כ׳האָב דערפֿילט אַ מיטלײַד צו מײַנע קאָלעגן, וואָס האָבן נישט זוכה געווען צו באַקומען די וואַקאַציע און דערפֿאַר מוזן איצט שווער האָרעווען, כּדי אויסצופֿילן די שפּאַלטן פֿון צײַטונגען און וועב־רעסורסן מיט פֿאַרווײַלערישע „זומערדיקע נאַרישקייטן‟.

אָבער ערנסט גערעדט, איז דער סיפּור־המעשׂה טאַקע זייער אַן אינטערעסאַנטער, מיסטעריעזער און באַלערנדיקער, טיף פֿאַרבונדן אויך מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר און קלאַסישע ספֿרים. אין אַ סך אייראָפּעיִשע לענדער טרעפֿן זיך זייער שמאָלע און נידעריקע טונעלן, בלויז 3-4 די הייך און 24 אינטשעס די ברייט, אויסגעבויט פֿאַר אומבאַקאַנטע צוועקן. אויף דײַטשיש הייסט אַזאַ קינסטלעכע הייל אַן „ערדשטאַל‟. די אַרכעאָלאָגן האָבן באַשטעטיקט, אַז די טונעלן זענען אויסגעגראָבן געוואָרן אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה; זיי ווערן שוין דערמאָנט אין אַ דײַטשישן דאָקומענט פֿונעם יאָר 1449. געוויינטלעך, זענען די היילן נישט לענגער ווי 50 מעטער (160 פֿוס), הגם עס טרעפֿן זיך צומאָל לענגערע סטרוקטורן, פֿאַרבונדן אין צעצווײַגטע נעצן.

אַזעלכע אונטערערדישע וועגן טרעפֿן זיך טאַקע אין טערקײַ, שאָטלאַנד און אַנדערע לענדער, אָבער זענען נישט פֿאַרבונדן אויף אַ גלאָבאַלן מאַסשטאַב איינער מיטן צווייטן. אויסצובויען אַ טונעל אונטערן ים פֿונעם קאָנטינענט ביז די בריטישע אינדזלען וואָלט אָן אַנטוויקלטע טעכנאָלאָגיעס געווען אוממעגלעך; דאָס וואַסער וואָלט עס גיך פֿאַרפֿלייצט. די סטרוקטור איז אויך אַ סך ייִנגער, ווי די פֿאַנטאַסטישע ציפֿערן, וואָס פֿיגורירן אין קאָנספּיראַציע־טעאָריעס. פֿאַרוואָס האָט מען זיי אויסגעגראָבן, בלײַבט אָבער אַ סוד.

די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז די „ערדשטאַלן‟ האָבן משפּיע געווען אויפֿן מערבֿ־אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר וועגן די גנאָמען, עלפֿן און אַנדערע נידערוווּקסישע באַשעפֿענישן, וואָס וווינען, לויט די פֿאָלקס־לעגענדעס, אונטער דער ערד. אַרום דער וועלט זענען פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע מעשׂיות, לויט וועלכע אין די גנאָמישע געהיימע וועגן שטעקן כּישוף־כּוחות, וואָס דערמעגלעכן זיך צו טראַנספּאָרטירן מאָמענטאַל אין אַן אַנדער לאַנד. ס׳זעט אויס, אַז די הײַנטיקע זשורנאַליסטישע לעגענדעס זענען באַגרינדעט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אַלטן פֿאָלקלאָר.

אין דער ייִדישער טראַדיציע פֿאַרנעמען די היילן אַ וויכטיקע ראָלע און ווערן כּסדר אַסאָציִיִרט מיט איבערנאַטירלעכע ענינים. אין די קבלה־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז די נשמות פֿון די טויטע מוזן דורכגיין די מערת־המכפּלה אין חבֿרון, וווּ עס זענען באַערדיקט די ייִדישע אָבֿות און אמהות, ווי אויך אָדם און חוה. דורך דער זעלבער הייל קאָן אַ לעבעדיקער מענטש אַרײַנדרינגען אין אַנדערע וועלטן, וווּ עס וווינען אומגעוויינטלעכע באַשעפֿענישן. דער באַרימטער פֿראַנקפֿורטער מקובל רבי נפֿתּלי באַכראַך דערקלערט אין זײַן ספֿר „עמק המלך‟, אַז די וועלט רופֿט זיי עלפֿן אָדער גנאָמען — „געצווערג‟ אויף אַלט־ייִדיש.

אין תּנ״ך ווערן די היילן דערמאָנט נישט איין מאָל. אַ גאַנצע ייִדישע באַוועגונג, די איסיים (Essenes), האָבן ליב געהאַט צו וווינען אונטער דער ערד. די מגילות־ים־המלח, וואָס די איסיים אָדער אַן אַנדער ענלעכע גרופּע האָט געשאַפֿן און געזאַמלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן אין 12 היילן אין קומראַן. הרבֿ יעקבֿ עמדען און אַ צאָל אַנדערע גרויסע רבנים האָבן געגלייבט, אַז די איסיים זענען געווען די „חסידים הראשונים‟ — די אַסקעטישע צדיקים, וואָס ווערן דערמאָנט אָפֿטמאָל אין גמרא. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט רבי שמעון בר יוחאי זיך באַהאַלטן 13 יאָר אין אַ הייל פֿון די רוימער, צוזאַמען מיט זײַן זון אלעזר. דאָרטן האָבן זיי משׂיג געווען די טיפֿסטע סודות־התּורה און דערגרייכט אַ מדרגה פֿון נבֿואה.

פֿון דער צווייטער זײַט, זעט אויס, אַז די טראַדיציע פֿון קריסטלעכע אַסקעטן און מיסטיקער צו וווינען אין היילן שטאַמט אויך פֿון די איסיים אָדער אַנדערע ענלעכע שטראָמען פֿון אוראַלטער ייִדישקייט. די אַראַבישע היסטאָריקער גיבן איבער, אַז אַ געוויסע גרופּע ייִדישע מיסטיקער האָט זיך נאָך באַהאַלטן אונטער דער ערד אין דער פֿריִיִקער איסלאַמישער תּקופֿה.

לויט די חסידישע לעגענדעס, האָט דער הייליקער בעל־שם־טובֿ פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן אין אַ הייל. אַמאָל האָבן די רויבער געפֿונען אַ באַצויבערטע געהיימע הייל, וואָס פֿירט פֿון אוקראַיִנע, על־פּי־נס, גראָד קיין ארץ־ישׂראל. זיי האָבן דערציילט דעם בעל־שם־טובֿ, פֿאַר וועמען זיי האָבן געהאַט גרויס דרך־ארץ, וועגן דעם דאָזיקן סודותפֿולן אָרט. ווען דער בעל־שם־טובֿ האָט געפּרוּווט אַרײַנצוגיין אינעם מיסטישן פּאָרטאַל, וואָס פֿירט אויך אין גן־עדן אַרײַן, האָט אַ מלאך מיט אַ שווערד אים נישט אַרײַנגעלאָזט; דער בעל־שם־טובֿ האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער טאָר נישט, אַזוי ווי משה רבינו, אַרײַנטרעטן אינעם הייליקן לאַנד, ווײַל די גאולה־שעה איז נאָך נישט געקומען.

אינעם ספֿר „שבֿחי־בעש״ט‟ ווערט דערציילט, אַז דער בעל־שם־טובֿ האָט אַמאָל געפֿונען אין אַ הייל די געהיימע כּתבֿים פֿון אָדם בעל־שם — אַ מיסטעריעזער צדיק פֿונעם פֿריִערדיקן דור. דער טעקסט האָט אַנטהאַלטן גאָר גרויסע סודות; די וועלט איז נישט געווען גרייט זיי מקבל צו זײַן. דעריבער, האָט דער בעל־שם־טובֿ געעפֿנט מיטן געטלעכן כּוח אַ שטיין, און אויסבאַהאַלטן דאָרטן דעם כּתבֿ־יד ביז משיחס צײַטן.

רבי פּינחס קאָרעצער, אַ באַרימטער גרויסער ייִדישער צדיק, האָט דערציילט אַ מעשׂה, לויט וועלכן אין ארץ־ישׂראל איז פֿאַראַן אַ בוים, וווּ עס געפֿינט זיך אַ לאָך, וואָס פֿירט אין דער איבערנאַטירלעכער שטאָט לוז, וווּ די תּושבֿים, אַרײַנגערעכנט דוד המלך, לעבן אייביק. בלויז אַ גרויסער צדיק קאָן אָבער דורכמאַכן די שווערע נסיונות און געפֿינען דעם וועג אַהין.

די טעמע פֿון היילן, אונטערערדישע פּאָרטאַלן און הייליקע קוואַלן איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין פֿאָלקס־לעגענדעס אַרום דער וועלט. ס׳איז אמת, אַז די היילן זענען טאַקע מסוגל פֿאַר גײַסטיקע דערפֿאַרונגען צוליב דער סענסאָר־דעפּריוואַציע. ווען אַ מענטש געפֿינט זיך אין אַן אינגאַנצן טונקל, שטיל אָרט, אָן קיין ווינט און גערוך, הייבט ער אָן אין גיכן הערן און זען האַלוצינאַציעס. די צײַט לויפֿט אַנדערש אין אַ הייל, און קליינע דיסטאַנצן זעען אויס לאַנג. להיפּוך צו פּסיכישע קראַנקייטן, פֿאַרשטייט מען גאַנץ קלאָר, אַז די קלאַנגען און חזיונות געהערן צו אַן אַנדער שיכט וועזן, ווי דער טאָג־טעגלעכער וואָר — אילוזיעס צי מיסטישע וויזיעס.

היילן און לאַבירינטן פֿאַרנעמען אַ גרויס אָרט אין מענטשלעכע חלומות. קאַרל יונג און אַנדערע נאָכפֿאָלגער פֿון דער אַנאַליטישער שיטה אין פּסיכאָלאָגיע מיינען, אָז דאָס האָט צו טאָן מיטן מענטשלעכן קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן. אין די באַשרײַבונגען פֿון יענער וועלט, אַרײַנגערעכנט קבלה־ספֿרים, ווערן כּסדר דערמאָנט שרעקעדיקע בלאָנדזשענישן דורך פֿינצטערע לאַבירינטן. דעריבער איז באַלערנדיק און פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרוואָס די לייענער פּאָסמאַקעווען זיך מיט נײַגער ווען זיי זעען אויסגעטראַכטע נײַעס וועגן ריזיק־לאַנגע טונעלן; עפּעס אין דער מענטשלעכער נשמה ציט און רופֿט צו גלייבן אין אַזעלכע מעשׂיות.