אינדלערײַ, ייִדישקייט, און — ראַסיזם?

Surfing, Judaism and — Racism?

ר׳ נחום שיפֿרען רײַט אויף די כוואַליעס
Courtesy of Nachum Shifren
ר׳ נחום שיפֿרען רײַט אויף די כוואַליעס

פֿון עדי מהלאל

Published August 16, 2017, issue of August 25, 2017.

דער רבֿ נחום שיפֿרען פֿון קאַליפֿאָרניע איז באַרימט געוואָרן ווי „דער אינדלער־רבֿ”. דערצויגן אין די 1950ער און 60ער יאָרן לעבן דעם ים, איז אים געווען נאַטירלעך פֿון אַ יונגן עלטער צו נעמען אַן אינדלערברעט אין דער האַנט און גיין שוועבן אויף די כוואַליעס. שפּעטער אין לעבן, זײַענדיק 30 יאָר אַלט, איז ער אין סאַנטאַ־באַרבאַראַ געוואָרן אַ בעל־תּשובֿה, אַ חב”ד חסיד, האָט ער געשטרעבט צו קאָמבינירן זײַנע צוויי באַליבטע וועלטן. מיט אַנדערע ווערטער, ער וויל צוציִען מענטשן צו ייִדישקייט — אַ רעליגיע וואָס איז נישט אַזוי באַרימט פֿאַר אירע פֿיזישע דערגרייכונגען און ליבע פֿאַר דער נאַטור — דווקא דורכן אינדלען זיך.

וועגן דעם און אַנדערע זאַכן האָב איך לעצטנס געפֿירט אַ שמועס מיט ר׳ שיפֿרען, און פּראָבירט בעסער צו פֿאַרשטיין זײַן טשיקאַווען כאַראַקטער, וואָס איז כּולל נישט ווייניק סתּירות. ווען איך, איינער וואָס אינדלט זיך נישט און ווייס נישט צו פֿיל וועגן אינדלערלײַ בכלל, שטעל אים די פֿאַרשטענדלעכע פֿראַגע, נו, וואָס איז אַזוי צוציִעוודיק אין אינדלערײַ? ענטפֿערט ער קורץ און שאַרף: „בלויז אַז ס’איז די בעסטע זאַך אויף דער וועלט!”

„אָבער ווי קענען ייִדישקייט און אינדעלרײַ גיין אין איינעם?‟ פֿרעג איך ווײַטער. ייִדן זענען תּמיד אַנטלאָפֿן פֿונעם ים, נישט פֿאַרקערט. „דער ענטפֿער איז — זאָגט ער — אַז זיי גייען נישט אין איינעם. איך בין אַ פּיאָנער. איך בין מײַן גאַנץ לעבן פֿאַרבונדן מיט גימנאַסטיק און געזונט־ענינים. איך האָב געדינט אין צה״ל ווי אַ גימנאַסטיק־לערער. און פּונקט אַזוי ווי מע לערנט משנה און גמרא, איז דאָס אויך אַ טייל פֿונעם לעבן.”

לויט שיפֿרען, האָט עס אַלץ צו טאָן מיט „הכּרת הבורא” (דאָס קענען דעם באַשעפֿער). ער גיט מיר צו פֿאַרשטיין למאַי מאַכט מען אַ ברכה אויב מע זעט נישט דעם ים אין משך פֿון דרײַסיק טעג. „דער ים איז געווען גאָטס ערשטע שאַפֿונג. ס׳איז אַ גבֿורהדיקער אַקט, אַזוי מעכטיק און אַזוי געוואַלדיק, און אַזוי שיין. די כוואַליעס זענען אַ סימן פֿון גאָטס גבֿורה. אויב מע דערקלערט מענטשן ווי דער ים פֿאַרבינדט זיך מיט דער מעשׂה־בראשית, וועט דער מענטש צו זיך טראַכטן, „דאָס איז טאַקע וווּנדערלעך!”

אַ פּאָרטרעט פֿון ר׳ נחום שיפֿרען, דער אינדלער־רבֿ
Robert Sturman
אַ פּאָרטרעט פֿון ר׳ נחום שיפֿרען, דער אינדלער־רבֿ

שיפֿרען האָט וועגן זײַן לעבנס־שׁיטה אָנגעשריבן אַ בוך באַטיטלט “Surfing Rabbi: A Kabbalistic Quest for Soul” (אינדלער־רבֿ: אַ קבלהיסטישע זוכונג נאָך נשמה). איך בין נײַגעריק צו וויסן פֿון אים צי ער מיינט אַז אינדעלרײַ טראָגט מיט זיך אויך אַן אוניווערסאַלע בשׂורה פֿאַר דער מענטשהייט, צי איז עס בכּוח צו ברענגען שלום־און־ליבע צווישן אלע מענטשן, ייִדן און נישט־ייִדן צוגלײַך. „אָן שום ספֿק”, ענטפֿערט ער גלײַך. „דאָס אינדלען זיך ברענגט שלום, האַרמאָניע, און אַ פֿאַרבינדונג מיטן אַחדות־הבורא. איך פֿאַרלייג די טעג די „שלוהאַ פֿונדאַציע” (שלוהאַ = שלום + עלאָהאַ; „שלום” אין האַוואַיִיִ), וואָס וועט פֿאַר אַלע מענטשן פּראָטעזשירן דעם האָליסטישן לעבנסשטייגער דורכן ים.”

ער שטרעבט צו אינספּירירן רבנים, זיי זאָלן דערמוטיקן זייערע תּלמידים אָנטייל צו נעמען אין פֿיזישע אַקטיוויטעטן און נישט פֿאַרקערט, ווי עס גייט הײַנט. ער גיט פּריוואַטע לעקציעס אין אינדלערײַ, און זײַנע סטודענטן קומען פֿון אומעטום און פֿון אַלע אָפּשטאַמונגען. אַלע זײַנע זעקס קינדער, וואָס צוויי פֿון זיי זענען אויפֿן וועג צו ווערן חב״ד־שלוחים, קענען זיך אינדלען, און די גאַנצע משפּחה פֿלעגט עס טאָן אין איינעם. „מײַנע קינדער זענען פֿרומע ייִדן, און פֿרומע ייִדן אינדלען זיך,” זאָגט ער מיר האַלב־וויצלענדיק.

דער גרויסער ענין וואָס איז שווער צו כאַפּן אין שײַכות מיט ר׳ שיפֿרען איז זײַן פּאָליטיק. ער איז זייער טעטיק פּאָליטיש אין עקסטרעם־רעכטע איניציאַטיוון ווי די טיי־פּאַרטיי, די ייִדישע ראַסיסטישע תּורה פֿון מאיר כּהנא, און די אַנטי־מוסולמענישע גרופּע EDL אין ענגלאַנד. מע וואָלט געקאָנט טראַכטן אַז פֿון רעדן וועגן שלום, דעם ים, גײַסטיקייט און אינדלען זיך, וועט ער אויך גלייבן אין שלום־ושלווה צווישן אַלע מענטשן אָן שום יוצא־מן־הכּלל. אָבער ניין. ער לייקנט אַפֿילו נישט אָפּ אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ סתּירה מיט זײַן פּאָליטיק.

ער זאָגט בפֿירוש אַז ער קאָמבינירט נישט די צוויי וועלטן. ער טענהט, נישט אַזוי איבערצײַגעוודיק, אַז עס רעדט זיך אין צוויי באַזונדערע וועלטן. אָבער ווי קען מען אָפּשיידן דאָס שיינע איידעלע אינדלען זיך פֿון פּאָליטיק? זיכער גייט עס נישט האַנט־אין־האַנט מיטן פֿירן אַ פּאָליטיק פֿון שׂינאה. „איך גלייב נישט אַז אַלע מענטשן זײַנען ברידער — זאָגט ער צום סוף — אָבער איך גלייב יאָ אַז דאָס אינדלען זיך קאָן גורם זײַן אַחדות צווישן די אומות־העולם.” ער איז גרייט צו לערנען אינדלערײַ אויך אַראַבער און מוסולמענער, אָבער נישט צוזאַמען מיט ייִדן, ווײַל לשיטתו איז עס בבחינת התבוללות. איך זאָג אים אַז ער וואָלט אַזוי געקאָנט פֿאַרבעסערן דעם פֿאַרשטאַנד צווישן די פֿעלקער, אָבער ער איז נישט איבערצײַגט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.