אַפּ וואָס פֿאַרבינדט עספּעראַנטיסטן וועט באַלד העלפֿן ייִדישיסטן אױך

App Linking Esperanto Fans Will Soon Help Yiddishists, Too


פֿון יעקבֿ־פּרץ בלום

Published August 17, 2017, issue of August 25, 2017.

ייִדן זענען דאָך אַ פֿאָלק אַ צעזייטס און אַ צעשפּרייטס. ייִדישיסטן — על אחת כּמה וכּמה. די גליקלעכע װױנען אין אַ ייִדישן צענטער װי ניו־יאָרק. דאָרטן, אַז מע װיל נאָר, קען מען זיך אויסלעבן כּמעט אין גאַנצן אויף ייִדיש. באַגעגענען אין גאַס אַ צװייטן ייִדיש־רעדנדיקן איז אַ דבֿר־בכל־יום.

אָבער װי איז דער דין, אַז מע װױנט דווקא ערגעץ אַנדערש, און דאָך לעכצט זיך אויסצובײַטן אַ ייִדיש װאָרט מיט עמעצן? אָדער, מאָלט זיך, מע פֿאָרט אַרויס אויף דער גרויסער װעלט, שטאָט אײַן שטאָט אויס, און אויף יעדן אָרט װילט זיך טרעפֿן די היגע ייִדיש־רעדער? װי װאָלט געװען אַז, אָנקומענדיק אין אַ פֿרעמדן אָרט, זאָל מען קענען כּהרף־עין געװױר װערן, װער עס זענען די נאָענטסטע ייִדיש־רעדער, און װוּ זיי געפֿינען זיך? אַזאַ חלום איז שוין מסוגל צו װערן אַ רעאַליטעט, אַ דאַנק דער װיזיע פֿון טשאָק סמיט און ריטשאַרד דעלאַמאָר — נישט קיין ייִדישיסטן, נאָר גאָר עספּעראַנטיסטן.

די װיזיע

אין יאָר 2002 איז סמיט אַרומגעפֿאָרן אין בראַזיל װען ס׳האָט זיך אים צענאָגט אין קאָפּ אַ געדאַנק. „איך האָב זיך געטראַכט‟ — דערמאָנט ער זיך — „אַז ס׳װאָלט גאָר שיין געװען, װען אַלע עספּעראַנטיסטן זאָלן האָבן דזשי־פּי־עס־אַפּאַראַטן, און אַזוי אַרום גרינגער קענען געפֿינען איינער דעם צװייטן. צום באַדויערן איז די דזשי־פּי־עס־טעכנאָלאָגיע דעמאָלט געװען צו טײַער דאָס צו טאָן.‟ ער האָט געמוזט אָפּװאַרטן נאָך פֿופֿצן יאָר, די טעכניק זאָל דעריאָגן זײַן חלום: אין 2016 האָט די צאָל מענטשן מיט אַ סמאַרטפֿאָן שוין דערגרייכט אַרום אַ דריטל פֿון דער װעלט־באַפֿעלקערונג.

„נאָכן דערפֿאָלג פֿון פּאָקעמאָן־גאָ האָב איך געזען, װי איבער דער װאָלט זוכט מען קעשענע־מאָנסטערס און געקלערט, פֿאַר װאָס נישט זוכן עספּעראַנטיסטן?‟ אין דער צװישנצײַט איז סמיט שוין געהאַט קונה־שם געװען אין „עספּעראַנטויאָ‟. (אַזוי הייסט אויף עספּעראַנטאָ די עספּעראַנטאָ־װעלט — דער אַנאַלאָג צו אונדזער „ייִדישלאַנד‟.) ער האָט געהאַט געלייגט דעם װינקלשטיין פֿון צװיי װיכטיקע פּראָיעקטן: די עספּעראַנטישע װיקיפּעדיע, און דער עספּעראַנטאָ־קורס אויף „דואָלינגאָ‟, די פּראָגראַם צום לערנען שפּראַכן. פֿאַר די דאָזיקע אויפֿטוען האָט דער עספּעראַנטאָ־זשורנאַל „לאַ אָנדאַ דע עספּעראַנטאָ‟ אין 2015 אים באַקרוינט מיטן ערנטיטל „עפּספּעראַנטיסט פֿונעם יאָר‟.

פֿאַראַיאָרן האָט סמיט באַגעגנט דעלאַמאָרן, דעם באַקאַנטסן עספּעראַנטאָ־רעדנדיקן יוטוב־פּערזענלעכקייט, אויף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון עספּעראַנטיסטן, און אַנטפּלעקט פֿאַר אים זײַן װיזיע. װײַזט זיך אַרויס, אַז אים, דעלאַמאָרן, איז שוין אײַנגעפֿאַלן פּונקט דער זעלבער געדאַנק! האָבן זיי באַלד אָפּגעמאַכט בײַ זיך צו אַרבעטן אין איינעם אַרויסצוברענגען זייער בשותּפֿותדיקע אידעע מן הכּוח אל הפּועל. פֿון זייער שותּפֿות האָט זיך צעבליט נאָך אַ נאָװינע דערצו: די ערשטע געשעפֿטס־פֿירמע װוּ אַלע מיטאַרבעטער, צעשפּרייטע איבער דער װעלט, קאָמוניקירן צװישן זיך אויף עספּעראַנטאָ!

חבֿרהװעט!

כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר זייער פּראָיעקט האָט די פּאָר געמאַכט אַן אַקציע אויף „קיקסטאַרטער‟, מיטן ציל צו שאַפֿן 9,000 אייראָ אין פֿאַרלויף פֿון איין חודש. צו זייער דערשטוינונג האָבן זיי אין די ערשטע 27 שעה שוין דערגרייכט זייער ציל, און ביזן סוף חודש האָט די סומע באַטראָפֿן כּמעט דרײַ מאָל מער װי דער אָריגינעלער ציל. מיט דער דערפֿאָלגרײַכער התחלה האָבן זיי זיך גענומען צו דער עצם אַרבעט פֿון אַנטװיקלען די אַפּליקאַציע. פֿאַרן נאָמען פֿון זייער נײַער אַפּ האָבן זיי אויסגעקליבן דאָס עספּעראַנטאָ־װאָרט „אַמיקומו‟. ס׳איז די באַפֿעל־פֿאָרעם פֿון אַ װערב װאָס טײַטשט זיך נישט אַזוי לײַכט איבער אין אַנדערע שפּראַכן. דאָס װאָרט בויט זיך אויפֿן שורש „אַמיק‟, ׳חבֿר׳, און „־ומ־‟, אַן ענדונג מיט אַ נעפּלדיקן, אַבסטראַקטן באַטײַט, אַ ביסל ענלעך צו אונדזער „־עװע‟. אויב מע קען זיך פֿאַרגינען אַ נײַשאַפֿונג איז דער באַטײַט פֿון „אַמיקומו‟ אַן ערך „חבֿרהװעט!‟. (דאָס הייסט, „פֿאַרברענגען צײַט מיט חבֿרים, געניסנדיק פֿון די חבֿרישע באַציִונגען‟.) מאַרץ 2017 איז די נײַע אַפּ שוין געװען גרייט צו פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאַר עספּעראַנטיסטן.

נו, איז מיט װאָס עסט מען „אַמיקומו‟? לאָזנדיק אין גאַנג די אַפּליקאַציע קען מען קודם־כּל צונויפֿשטעלן דעם פּראָפֿיל: מיט אַ פּאָר װערטער שטעלט מען זיך פֿאָר, און מע רעכנט אויס װאָסערע שפּראַכן מע קען. דערנאָך קומט מען צום גוף־המעשׂה: אַ רשימה מענטשן — די עספּעראַנטיסטן װאָס געפֿינען זיך אין דעם אַרום, אָנהייבנדיק מיטן סאַמע נאָענטסטן. מיט אַ קוועטש קען מען שיקן אַ גרוס, פֿאַרפֿירן אַ שמועס, און, אַז עס קומט דערצו — אָפּמאַכן זיך צו טרעפֿן. די פֿונקציאָנאַליטעט איז אַ פּשוטע, אָבער אַן עפֿעקטיװע. די אַפּליקאַציע פֿאַרמאָגט שוין בײַ אַ 5,500 באַנוצערס און אַ צאָל האָבן שוין אַרײַנגעשריבן צו מעלדן אַז ניצנדיק די אַפּ האָבן זיי געטראָפֿן אַנדערע עספּעראַנטיסטן אין זייער געגנט װאָס זיי האָבן פֿריִער נישט געקענט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.