„אויסגעלאַסן” וועט טראַנסמיטירט ווערן אויף דער טעלעוויזיע

Indecent will be Shown on Television


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 18, 2017, issue of August 25, 2017.

פּאַולאַ פֿאָגעלס פּיעסע „אויסגעלאַסן“, וואָס שילדערט די געשיכטע פֿון שלום אַשס קאָנטראָווערסיעלע פּיעסע „גאָט פֿון נקמה“ איז געווען אַן אומדערוואַרטער שלאַגער אויף בראָדוויי. לכתּחילה האָט מען געלאָזט וויסן, אַז מע וועט שליסן די פֿאָרשטעלונג צוליב אַ דחק אין מענטשן וואָס זעען איר, נאָר באַלד נאָך דער פֿאַרשפּרייטונג פון דער דאָזיקער ידיעה איז „אויסגעלאַסן“ געוואָרן ווילד־פּאָפּולער און האָט כּמעט אויספֿאַרקויפֿט אירע לעצטע פּאָר וואָכן. די פּיעסע האָט אויך באַקומען אַ ריי חשובֿע פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט „אַ טאָני“.

וויבאַלד נישט אַלע קענען זיך דערלויבן צו זען אַ פּיעסע אויף בראָדוויי, שאַפֿט די טעלעוויזיע־נעץ PBS ספּעציעלע פֿילמען פֿון די פּיעסעס, מע זאָל זיי קענען שפּעטער טראַנסמיטירן. מע האָט פֿילמירט די פֿאָרשטעלונג נוצנדיק אַכט פֿילם־אַפּאַראַטן כּדי זי צו קענען כאַפּן אין איר פֿולער פּראַכט.

„אויסגעלאַסן“ וועט טראַנסמיטירט ווערן פֿרײַטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 9 אַזייגער אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.pbs.org/wnet/gperf



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.