איטאַליענישע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד זענען ניט חל אויף אתרוגים

Italian Sanctions Against Russia Won’t Apply to Etrogim

דער רוסישער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר
Getty Images
דער רוסישער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר

פֿון ייִט״אַ

Published August 22, 2017, issue of August 25, 2017.

ניט געקוקט אויף דעם וואָס די איטאַליענישע רעגירונג האָט לעצטנס אָנגענומען שטאַרקע סאַקנציעס קעגן רוסלאַנד, האָט דער רוסישער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר אויסגעפּועלט בײַ די איטאַליענער, מע זאָל ווײַטער עקספּאָרטירן די פֿרוכט אויף סוכּות. לאַזאַר האָט אַ גרויסער ייִחוס אין דער וועלט פֿון אתרוגים — אַליין אַן איטאַליענישער געבוירענער, וווינט זײַן פֿאָטער משה לאַזאַר נאָך אַלץ אין קאַלאַבריע, איטאַליע, וווּ ער דינט מער ווי 50 יאָר ווי אַ משגיח פֿאַר אַן אתרוג־עקספּאָרט געשעפֿט.

רעדנדיק פֿון קאַלאַבריע, האָט בערל לאַזאַר דערקלערט דער „ייִט״אַ”, אַז „די היגע רעגירונג האָט געזאָגט, אַז צוליב דעם וואָס עס גייען די רייד וועגן אַ רעליגיעזן פּראָדוקט, וועט זי זען די סאַנקציעס זאָלן ניט אַרײַנרעכנען די אתרוגים.”

כאָטש מע קולטיווירט אויך אתרוגים אין ישׁראל און מאָראָקאָ, האַלטן די חב׳׳דניקעס דווקא פֿון די איטאַליענישע פֿרוכטן. וויבאַלד חב״ד איז די גרעסטע פֿרומע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין מיזרח־אייראָפּע און טויזנטער אָרטיקע ייִדן האַלטן פֿון די פּסקים פֿון די חב״ד־רבנים, איז דאָ אין גאַנץ מיזרח־אייראָפּע אַ ריזיקע נאָכפֿרעג נאָך די איטאַליענישע אתרוגים. ווען די איטאַליענישע רעגירונג וואָלט זיי ניט עקספּאָרטירט, וואָלט דער פּרײַז ווילד געשטיגן.

די רוסישע סאַנקציעס זענען אָבער ניט די איינציקע פּראָבלעם פֿאַר די וואָס ווילן קויפֿן אן איטאַליענישן אתרוג. הײַיאָר האָט אַן אומדערוואַרטער פֿראָסט חרובֿ געמאַכט 90% פּראָצענט פֿון די פּירות. דער פּרײַז איז דערפֿאַר געשטיגן ביז $500 אַן אתרוג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.