ווי אַזוי געדענקט מען די קאָנטראָווערסיעלע געשטאַלטן?

How do we Commemorate Controversial Figures?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 22, 2017, issue of August 25, 2017.

דער סיכסוך איבער דער סטאַטוע פֿונעם קאָנפעדעראַציע־גענעראַל ראָבערט־עדוואַרד לי אין שאַרלאָטסוויל, ווירדזשיניע האָט אויפֿגעפֿלאַקערט אַ שאַרף פּאָליטיש מחלוקת אין אַמעריקע און איבער דער וועלט. ווען די שטאָט האָט באַשלאָסן די סטאַטוע אונטערצורײַסן, האָבן רעכט־געשטימטע אַמעריקאַנער באַשלאָסן צו דעמאָנסטרירן, און אַנטי־ראַסיסטישע אַקטיוויסטן האָבן אָרגאַניזירט אַ קאָנטערפּראָטעסט. פֿון די געשלעגן צווישן די עדות זענען צום ווייניקסטן 38 פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, און דרײַ מענטשן זענען אומגעקומען, איינע בכּיוון אומגעבראַכט געוואָרן פֿון אַ נעאָ־נאַצי.

וויבאַלד ער איז געווען אַ גענעראַל אין דער קאָנפֿעדעראַציע־אַרמיי, רופֿט ראָבערט־עדוואַרד לי אַסאָציאַציעס מיט ראַסיזם און שקלאַפֿערײַ. די דענקמעלער פֿון קאָנפֿעדעראַציע־העלדן ציִען טאַקע צו עקסטרעם־רעכטע פּאַרשוינען, און טאַקע דערפֿאַר האָט די שטאַט־רעגירונג פֿון ווירדזשיניע במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר באַשלאָסן פֿון זיי פּטור צו ווערן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער קאָנטראָווערסאַלער גענעראַל איז שטאַרק באַליבט אין גענוג ברייטע קרײַזן.

פֿונעם ייִדישן קוקווינקל, איז די מעשׂה נישט אַזאַ פּשוטע. דער גענעראַל לי איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן. ער איז אויך נישט געווען דער ערגסטער צווישן די שטיצערס פֿון שקלאַפֿערײַ. אַבראַהאַם לינקאָלן, דזשאָרדזש וואַשינגטאָן, טאָמאַס דזשעפֿערסאָן און אַנדערע אָבֿות פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען אויך געווען רעכטע ראַסיסטן. לינקאָלן איז געווען געשטימט קעגן שקלאַפֿערײַ און איז צום סוף אומגעקומען צוליב זײַן מיינונג, אַז די אַפֿראָאַמעריקאַנער זאָלן האָבן, אין געוויסע פֿאַלן, דאָס רעכט צו שטימען. פֿונדעסטוועגן, איז ער זיכער נישט געווען קיין פּראָגרעסיווער טוער. אין אַ גאַנצער ריי אומשטענדן האָט ער אויסגעדריקט בפֿירוש ראַסיסטישע דעות. להיפּוך, איז גענעראַל לי געווען בלויז אַ מיליטערמאַן, נישט קיין פּאָליטיקער. אין זײַנע בריוו האָט ער למעשׂה קריטיקירט די שקלאַפֿערײַ.

צווישן די שקלאַפֿן־הענדלער און פּלאַנטאַציע־פֿאַרמעגער זענען אין אַ ריי שטאַטן און דרום־אַמעריקאַנער לענדער געווען נישט ווייניק ספֿרדים, געוויינטלעך געשמדטע אָדער גאָר אַסימילירטע. די אַנטיסעמישע טעאָריע וועגן דער כּלומרשט באַזונדערס גרויסער ראָלע פֿון ייִדן אין שקלאַפֿערײַ איז, אַוודאי, היפּש איבערגעטריבן. מע קאָן זיך אָבער גרינג פֿאָרשטעלן, אַז אין געוויסע שטעטלעך פֿונעם אַמעריקאַנער דרום האָט זיך געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די ייִדן זענען די הויפּט־שפּילער אינעם האַנדל מיט די אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן. די ספֿרדישע שקלאַפֿן־האָבער האָבן זיי נישט זעלטן מגייר געווען בעתן באַפֿרײַען. על־פּי־דין זענען די עבֿדים־משוחררים — די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן — אַ ספּעציפֿישע אומגעוויינטלעכע הלכישע קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווערן אויטאָמאַטיש פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן. עס בלײַבט אָבער אומקלאָר, צי די פּלאַנטאַציע־האָבער, על־פּי־רובֿ אַסימילירטע עם־הארצים, האָבן דורכגעפֿירט די גרות־פּראָצעדור ווי עס דאַרף צו זײַן. ווי אַ בײַ־עפֿעקט פֿון שקלאַפֿערײַ, האָבן זיי פֿאָרט פּראָדוצירט הונדערטער אָדער אַפֿילו טויזנטער שוואַרץ־הויטיקע ייִדן.

די אַשכּנזישע ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע מיט צענדליקער יאָרן נאָך די שקלאַפֿערײַ איז בטל געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען טויזנטער אַשכּניזים האָבן באַזעצט דעם דרום־מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן און שפּעטער זיך פֿאַרשפּרייט ווײַטער אין ברוקלין, זענען בײַ זיי געווען פֿאַרשפּרייט אַנטי־ראַסיסטישע שטימונגען. גענעראַל לי איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון הרבֿ מאַקסימיליאַן מיכעלבאַכער, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער שיל „בית אַהבֿה” אין ריטשמאָנד, די הויפּטשטאָט פֿון ווירדזשיניע. אין די לעצטע טעג לײַדט די וועבזײַט פֿון דער דאָזיקער שול, הײַנט אַ רעפֿאָרמער קהילה, פֿונעם צו־שווערן אינטערנעץ־פֿאַרקער. ס׳זעט אויס, אַז די קאָנטראָווערסיע מיט גענעראַל ליס דענקמאָל האָט אַרויסגערופֿן בײַ אַ סך מענטשן אַן אינטערעס צו דער סינאַגאָגע, וווּ עס האָט אַמאָל געדינט ווי אַ רבֿ אַ פֿרײַנד פֿונעם קאָנפֿעדעראַציע־גענעראַל. געעפֿנט אין 1789, בלײַבט די שיל, היסטאָריש אַ ספֿרדישע, איינע פֿון די עלטסטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ליס פֿרײַנד איז אָבער געווען איינער פֿון די פֿריסטע אַשכּנזישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע.

אַ ריי רעכט־געשטימטע שטיצערס פֿון דער סטאַטוע האָבן דערמאָנט אויף דער אינטערנעץ, אַז אין עטלעכע אַמעריקאַנער שטעט שטייען דענקמעלער פֿון וולאַדימיר לענין, דער ראָש פֿון דער רוסישער סאָציאַליסטישער רעוואָלוציע. אויב מע קריגט זיך איבער די קאָנפֿעדעראַציע־סטאַטועס, פֿאַרוואָס נעמט מען נישט אַראָפּ די צורות פֿונעם „בלוטיקן רוסישן מערדער‟, טענהן די קריטיקער?

מיט אַ וואָך צוריק, האָב איך מיט גרויס אינטערעס באַזוכט לענינס מאַווזאָליי אין מאָסקווע. צום באַדויערן, איז דאָרטן שטרענג פֿאַרווערט צו פֿאָטאָגראַפֿירן. אין אַנדערע ערטער קאָן מען שטילערהייט כאַפּן אַ בילד, אָבער לענינס באַלזאַמירטער גוף איז שטרענג באַוואַכט פֿון אַלע זײַטן דורכן מיליטער און פּאָליציי. נישט ווײַט פֿונעם מאַווזאָליי געפֿינט זיך אויך דער באַשיידענער קבֿר פֿון סטאַלין. אינעם מאָסקווער קרעמל, אין אַ פּרעכטיקן היסטאָרישן קלויסטער פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, צווישן אַ גאַנצער ריי אַנדערע היסטאָרישע מצבֿות פֿון מלכים און הויכע אַדל־לײַט, געפֿינט זיך נאָך אַן אינטערעסאַנטע מערקווירדיקייט: דער קבֿר פֿונעם צאַר איוואַן דעם פֿערטן, באַקאַנטן ווי דער „גרויזאַמער”.

אין פֿאַרגלײַך מיט לענין, פֿון וועלכן איך האַלט פּערזענלעך זייער שטאַרק, זענען סטאַלין און איוואַן דער גרויזאַמער לכל־הדעות געווען פֿינצטערע ברוטאַלע פֿיגורן. צום גליק, קאָנען ווייניק פּאַרשוינען אין דער גאַנצער מענטשלעכער געשיכטע זיך פֿאַרמעסטן מיט זייערע בלוטיקע מעשׂים. פֿונדעסטוועגן, איז אַוודאי באַלערנדיק און אינטערעסאַנט צו זען די ערטער, וווּ זיי האָבן געלעבט און ליגן איצט באַגראָבן.

אַ סך אוראַלטע מיצרישע, רוימישע און אַנדערע מאָנומענטן זענען אויך געווידמעט גאָר פֿינצטערע פּערסאָנאַזשן. צום באַדויערן, טרעפֿט זיך זייער אָפֿט, אַז דווקא די שוידערלעכסטע בלוט־פֿאַרגיסער ווערן פֿאַראייביקט אין דער וועלט מיט שיינע דענקמעלער און סטאַטועס.

וואָס מע זאָל נישט טראַכטן, צי מע האַלט פֿון אָפּהיטן אָדער צעשטערן די קאָנטראָווערסיעלע דענקמעלער, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז פֿון היסטאָרישע דענקמעלער, אַפֿילו קאָנטראָווערסיעלע און פֿינצטערע, קאָנען מען זיך פֿאָרט אַ סך אָפּלערנען אויף להבא.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.