דרך־ארץ פֿאַר נײַע ווערטער!

New Words Are Necessary and Desirable

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published August 23, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נעמט, אַ שטייגער, די טשעכן. אפֿשר ווײַל ס׳פֿאָלק איז מיט אַזוי פֿיל קלענער, אַ שטייגער, פֿון די רוסן און די פּאָליאַקן האָבן די טשעכישע פּיאָנערישע פֿילאָלאָגן געווײַכט פֿאַר יעדן פּרײַז פֿון לײַווערטער פֿון רוסיש, פּויליש, דײַטשיש, פֿראַנצייזיש. אין דער גערעדטער שפּראַך זענען פֿאָרט אַרײַן נישט־ווינציק אַזוינע לײַווערטער, אָבער אין דער אָפֿיציעלער שפּראַך זענען זיי קנאַפּ. אָט למשל: אַ באַנבילעט הייסט אויף פּויליש און רוסיש (און ייִדיש אויך, פֿאַרשטייט זיך) „בילעט“ — ס׳אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש. אויף טשעכיש — לא: בײַ זיי איז דאָס וואָרט jízdenka, פֿון jízda — „נסיעה“.

כאָטש קיין פּרטים האָב איך נישט געקענט דערגיין, נעם איך אָן, אַז ס׳וואָרט שטאַמט טאַקע פֿון דער תּקופֿה ווען מע האָט ס׳טשעכישע לשון געמאַכט מיט לײַטן גלײַך, אין דער זעלביקער צײַט ווען באַנען האָבן זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן. פֿון מײַנעט וועגן האָט מען מיט 150 יאָר צוריק געמעגט לאַכן פֿון אַזאַ נײַ־שאַפֿונג, אָבער בײַם הײַנטיקן טאָג איז ס׳וואָרט אין גאַנצן אָנגענומען, וועט קיינעם נישט אײַנפֿאַלן צו האָבן צו די פֿילאָלאָגן קיין טענות. הײַנט divadlo (טעאַטער) — דאָס וואָס די טשעכן און סלאָוואַקן האָבן אַן אייגן וואָרט פֿאַר „טעאַטער“ — רופֿט אַרויס אַ שמייכל בײַ זייערע שכנים פּאָליאַקן, אָבער בײַ די רעדערס גופֿא — חלילה!

און עבֿרית? אליעזר בן־יהודה טראָגט מען נאָך ביז הײַנט אויף די הענט. וואָס זשע איז געווען זײַן אויפֿטו און דער אויפֿטו פֿון זײַנע קאָלעגן? אָדער נעמען ווערטער פֿון אַ מאָל און זיי געבן נײַע טײַטשן — „חשמל“, וואָס איז דאָך טײַטש „עלעקטרע“, האָט אין תּנך געהאַט אַן אַנדער טײַטש, אַיאָ? — אָדער צוגעטראַכט נײַע ווערטער. אינעם ליד „אליעזר בן־יהודה“ דערמאָנט מען, אַ שטייגער, „ריהוט“ (מעבל) און „מגהץ“ (פּרעסאײַזן).

לאָמיר זיך איצט אומקערן צו בעגינען און זײַן „אַמויד דוים“. אים איז בשעת־מעשׂה אַוודאי נישט געקומען אויפֿן זינען, אַז „עמוד דום!“ (גראָד שטיין!) האָט אַ מענטש אויסגעטראַכט — מע האָט עס דען פֿאַרטיקערהייט גענומען פֿון תּנך?

ס׳וואָר, אַפֿילו אויף עבֿרית האָבן זיך נישט אָנגענומען אַלע נײַ־שאַפֿונגען. אָט האָט בן־יהודה פֿירגעלייגט פֿאַר „טעלעפֿאָן“ — „שחרחוק“ („שח“ = „רעדן“, „רחוק“ = „ווײַט“, אַן ערך אַזוי ווי tele+phone), נאָר ס׳איז דורכגעפֿאַלן — דער עולם האָט ליבערשט אויסגעקליבן טאַקע „טעלעפֿאָן“. ווען מע זאָל הײַנט אין ישׂראל זאָגן „שחרחוק“, וואָלט מען זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן, אויב מע וואָלט בכּלל זיך אָריענטירט וואָס דאָס איז. אָבער פֿאַר דעם וואָס בן־יהודה א״אַ האָבן געשאַפֿן הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער נייטיקע נײַע ווערטער האָט מען דאָך גאָר גרויס דרך־ארץ.

און ווען ס׳איז אויסגעקומען צו דערציילן וועגן די ווערטער וואָס מע האָט אין ווערטערבוך אַרײַנגענומען — צי אַלטע, צי נײַע — שאָקלט מען דען צו מיטן קאָפּ מיט דרך־ארץ? ניין, מע לאַכט. ווער רעדט נאָך, ווי אינעם „פֿאָרווערטס“ פֿלעג אַבֿרהם שולמאַן חוזק מאַכן פֿון יעדן פּרוּוו צו פֿירן ייִדיש מיט אַ טראָט ווײַטער דורכן באַרײַכערן דעם הײַנטצײַטיקן וואָקאַבולאַר.

דער אויספֿיר: די צרה שטעקט נישט אין נײַקייט, נאָר אין „ייִדישקייט“ — פֿאַר ייִדיש האָט מען נישט גענוג דרך־ארץ.