דער זיבעטער חוש: דער הומאָר בײַ ייִדן

The Seventh Sense: Yiddish Humor

פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער
פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער

פֿון יחיאל שיינטוך

Published September 07, 2017, issue of August 25, 2017.

אַן אַרײַנפֿיר צו יחיאל שיינטוכס קומענדיקן בוך, „דער מענטש טראַכט… און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל לאַכן‟

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָבן מיר זיך אַריבערגעקליבן אין אַ נײַער דירה. כּדי דאָס צו טאָן, האָבן מיר באַדאַרפֿט אַריבערפֿירן כּמעט אַכט טאָן ביכער און אַרכיוו־מאַטעריאַלן. נאָך דעם ווי מיר זײַנען אַריבער בשלום, האָט זיך אָנגעהויבן די פּרשה אָרגאַניזירן די מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוו, און דורכקוקן יעדן דאָקומענט כּדי צו באַשליסן ווי און וווּ אים אַוועקצולייגן.

אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿלעגט מען זאָגן אַז זיך אַריבערציִען אין אַ נײַעם בנין איז ערגער ווי אַ שׂרפֿה. איך אָבער מוז צוגעבן אַז עס זענען דאָ אויך פּאָזיטיווע אַספּעקטן בײַם איבערציִען זיך אין אַ נײַער דירה. און טאַקע בדידי הווה עובדא — בײַם אָרגאַניזירן פֿון דאָס נײַ מײַן אַרכיוו, געפֿין איך נישט ווייניק כּתבֿ־ידן וועגן וועלכע איך האָב שוין לאַנג פֿאַרגעסן. צווישן זיי — האָב איך לעצטנס דערטאַפּט אַ פֿולן כּתב־יד פֿון אַ בוך, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר אין מיזרח־אייראָפּע.

וויסן ווייס איך אַז ייִדישער הומאָר ווי אַ ליטעראַרישער זשאַנער האָט מיר שטענדיק צוגעצויגן. איך האָב אָבער כּלל נישט געדענקט אַז איך האָב אָנגעשריבן אַ גאַנצן בוך, אַ כּמעט ענדגילטיקן כּתב־יד וועגן דער טעמע, נאָך דעם ווי במשך יאָרן האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישן הומאָר און מיט הומאָר בכלל.

אין גיכן וועט טאַקע דערשײַנען אָט אַזאַ בוך, אין פֿאַרלאַג פֿון דבֿ־סדן־פּראָיעקט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אָבער ביז דאָס וועט געשען, וויל איך זיך דערמאָנען ווי אַזוי בין איך דערגאַנגען ביז אַהער זינט מײַנע ערשטע אינטערעסן אין ייִדישן הומאָר.

בײַם דערמאָנען די פֿאַרשיידענע סטאַנציעס וואָס איך בין אַדורכגעגאַנגען ביז איך בין געקומען צו געפֿינען אָט דעם כּתב־יד, וועל איך זיך אפֿשר דערמאָנען ווען האָב איך אים געשריבן, ווײַל קיין דאַטע האָט ער נישט.

די געשיכטע פֿון דער מעשׂה איז אַזאַ: אין יאָר 1960, זײַענדיק אַ תּלמיד אין דער „המדרשה העברית” אין בוענאָס אײַרעס — אַן אינסטיטוט וואָס האָט צוגעגרייט לערער פֿאַר די ייִדישע מיטלשולן אין אַרגענטינע און אויך אויסער איר — האָב איך אָנגעשריבן אַן אַרבעט פֿאַר איינעם פֿון מײַנע לערער, גרשון סאַפּאָזשניקאָוו, וועלכער האָט געלערנט מיט אונדז ייִדישע ליטעראַטור. נאָך דעם ווי איך האָב אים צוגעשטעלט די אַרבעט וועגן אַ מאָנאָלאָג פֿון שלום־עליכם, „אַן עצה”, און אַנאַליזירט דעם הומאָריסטישן טעקסט — האָט ער איבערגעליינט און מיר פֿאָרגעלייגט איך זאָל צושטעלן די אַרבעט צו אַ ליטעראַרישן קאָנקורס וווּ מע האָט פּרעמירט די בעסטע אַרבעטן אויף ייִדיש, אַ קאָנקורס אויפֿן נאָמען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי.

טאַקע דעם זעלבן יאָר האָב איך באַקומען די צווייטע פּרעמיע פֿאַר מײַן עסיי וועגן שלום־עליכמס מאָנאָלאָג, „אַן עצה”. די ערשטע פּרעמיע האָט באַקומען יענטעלע וואַקסמאַן, הײַנט מיכל גיא, וווינט אין ישׂראל. די דריטע פּרעמיע האָט באַקומען דניאל גאָלדוואַסער, הײַנט דניאל גלאי — וווינט הײַנט אויך אין ישׂראל. דאָס הייסט אַז מיר אַלע דרײַ, זענען דרײַ אַרגענטינער וואָס אין אונדזער יוגנט האָבן מיר שוין אַרויסגעוויזן אַ נטיה זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדישער ליטעראַטור און מיט ייִדישן הומאָר. ווי עס זעט אויס האָבן מיר אַלע דרײַ אַנטוויקלט אָט די נטיה, ביז יענטעלע וואַקסמאַן, אָדער ד״ר מיכל גיא, איז געוואָרן אַ לעקטאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿ, און דניאל גאָלדוואַסער, אַ באַגאַבטער מוזיקער, אָדער דניאל גלאי, איז הײַנט צו טאָג דער פֿאָרזיצער פֿון בית לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ — אַ צענטער פֿאַר ייִדישע שרײַבער און פֿאַר ייִדישער קולטור. און מײַן ווייניקייט — איך פֿאַרנעם זיך הײַנט צו טאָג מיט פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור און אירע פֿאַרבינדונגען מיט דער העברעיִשער ליטעראַטור און מיט דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע.