דער זיבעטער חוש: דער הומאָר בײַ ייִדן

The Seventh Sense: Yiddish Humor

פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער
פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער

פֿון יחיאל שיינטוך

Published September 07, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

דאָס בוך וואָס איך גיי אָפּדרוקן פֿאַרנעמט זיך סײַ מיט אַ פּרוּוו צו דעפֿינירן הומאָר בכלל, ווי אויך ייִדישן הומאָר בפֿרט. אין בוך רעזומיר איך די פֿאָרשאַרבעטן אויף אָט די ביידע טעמעס, איך באַצי זיך צו די מאַטעריאַלן אָפּגעדרוקט אין צענדליקער אַנטאָלאָגיעס פֿון הומאָר בײַ ייִדן, און דער עיקר — פּרוּוו איך לערנען פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון ייִדישן הומאָר, אַפֿרים דוידזון, דב סדן, עמנואל אולסוונגר, יוסף טונקל, אַהרן צייטלין, ריטשאַרד ראַסקין, סטיפֿען ליקאָק, דבֿ נוי און אַנדערע — צי איז פֿאַראַן אַ תּשובֿה אויף דער שאלה: „וואָס איז ייִדישער הומאָר?”, „צי איז פֿאַראַן אַ ‘דיפֿערענטיאַ ספּעציפֿיקאַ’ וואָס אונטערשיידט ייִדישן הומאָר פֿון דעם הומאָר בײַ אַנדערע פֿעלקער?”.

דער מאָנאָלאָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, די טעאַטער־קאָמעדיעס אויף ייִדיש, די שאַרפֿזיניקע ווערטלעך אויף ייִדיש, די הומאָריסטישע פֿעליעטאָנען, די צײַטונג־הומאָרעסקעס, די ייִדישע וויצן מיט שפּיצן, די אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישן הומאָר אין די צענדליקער, זינט אײַזיק־מאיר דיק אין 19טן יאָרהונדערט און ביז דער אַנטאָלאָגיע וואָס איז דערשינען אין ירושלים אין יאָר 2016, „ווען לאַכט אַ ייִד?‟, אַרויסגעגעבן פֿון י״ל מאגנס־פֿאַרלאַג — אָט די אַלע געביטן און מער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישן הומאָר, זענען אַ וויכטיקער מקור זיך צו באַקענען מיט אַ קערנדיקן אַספּעקט פֿון אונדזער קולטור־געשיכטע. די רשימה פֿון די מקורים פֿאַר אַזאַ בוך, וועט אַנטפּלעקן אויף וויפֿל דער געביט פֿון ייִדישן הומאָר איז רײַך, ברייט, און פֿאַרבונדן אָרגאַניש מיט אַלע געביטן פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן.

צום סוף, וויל איך באַטאָנען אַז אין דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וועגן הומאָר בכלל, געפֿינען מיר אַז אין אַ גרויסן טייל פֿון אייראָפּעיִשע שפּראַכן און מערבֿדיקע קולטורן, דער טערמין הומאָר קומט שטענדיק באַגלייט און צוזאַמען מיטן וואָרט „חוש”: אַ חוש פֿאַר הומאָר, A sense of humor אויף ענגליש, ‘חוש הומור’ אויף העברעיִש, Sentido del Humor אויף שפּאַניש, Sens de l’humour אויף פֿראַנצייזיש, Sinn für Humor אויף דײַטש, Poczucie Humoru אויף פּויליש, чувство юмора (טשוסטוואַ היומאַראַ — פֿאָנעטיש איבערגעשריבן) אויף רוסיש.

פֿון אָט דעם פֿאַקט לערנען מיר אַז הומאָר אין פֿאַרשיידענע קולטורן און אויך בײַ ייִדן אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די מענטשלעכע חושים. דאָס איז אַ זיבעטער חוש וואָס מיר דאַרפֿן צוגעבן צו דער ליסטע פֿון די באַקאַנטע מענטשלעכע 5 חושים, צוזאַמען מיטן זעקסטן חוש (אינטויִציע). דער חוש פֿאַר הומאָר דאַרף פֿאַררעכנט ווערן אויב אַזוי, ווי דער זיבעטער חוש וועמענס פֿונקציע איז סײַ פֿאַרהיטן דעם מענטשן פֿאַר אַ סכּנה, און סײַ אים פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן.

אין מײַן קומענדיקן בוך וועגן ייִדישן הומאָר, האָב איך אַנטוויקלט אָט דעם טעאָרעטישן צוגאַנג צום הומאָר, ווי אַן אַלגעמיינער הומאַניסטישער פֿענאָמען, וואָס האָט ספּעציפֿישע אייגנשאַפֿטן בײַם ייִדישן פֿאָלק. דאָס האָב איך געטאָן זיך שטיצנדיק אויף דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וועגן דעם הומאָר־פֿענאָמען אין דער קולטור-געשיכטע פֿון ייִדישן הומאָר, ווי אויך אויף די פֿאָרשאַרבעטן וועגן ייִדישן הומאָר.

פֿון אָט אַזאַ שטאַנדפּונקט ווערט קלאָר אַז דער חוש פֿאַר הומאָר איז איינער פֿון די וויכטיקסטע כּלים, וואָס פֿאַרזיכערט די קיום־פֿעיִקייט און דעם גײַסטיקן אויסדויער פֿון ייִדישן פֿאָלק. מיט דער הילף פֿון דעם חוש פֿאַר הומאָר האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך געפֿלײַסט צו פֿאָרמולירן פֿון איין זײַט גײַסטיקע איבערברוכן און ליידן וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזן אויף ייִדן ווי אַ רעזולטאַט פֿון היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿעס און אינערלעכע קאָנפֿליקטן, און פֿון דער צווייטער זײַט — האָט דער חוש פֿאַר הומאָר געהאָלפֿן פֿאָרמולירן אָט די שווערע מאָמענטן אויף אַ שאַרפֿן און באַפֿרידיקנדיקן אופֿן צוריקשטעלנדיק דעם גלײַכגעוויכט און דעם בטחון בײַם קרבן און בײַ דעם געקריוודעטן צד.

איינע פֿון די אויספֿירן אין מײַן בוך וועט זײַן אַז דער חוש פֿאַר הומאָר איז אַ שאַרפֿזיניקער שׂכלדיקער אויסדרוק פֿון אַ וועלטבאַנעם און אַ סאָרט קוק אויפֿן לעבן דורך די שפּאַקולן פֿון די העכסטע ווערטן פֿון אַ קולטור (אין אונדזער פֿאַל — פֿון דער ייִדישער קולטור בײַ ייִדן). דערפֿאַר, דאַרף דער חוש פֿאַר הומאָר באַטראַכט ווערן ווי אַ מין סײַסמאָגראַף וואָס דעטעקטירט דעם אײַנרײַס וואָס עקזיסטירט צווישן דעם געוווּנטשענעם (די העכערע ווערטן פֿון אַ קולטור) און דעם עקזיסטירנדיקן (די טאָג־טעגלעכע גראָע רעאַליטעט).

דער חוש פֿאַר הומאָר, ווען ער פֿאָרמולירט אָט דעם בלויז און שטעלט אים פֿאָר אין אַ ליטעראַרישער הומאָריסטישער פֿאָרם, פֿאַרוואַנדלט אים אין אַ בולטן אַרויסרופֿערישן און מעכטיקן בלויז, באַטאָנענדיק דעם מענטשלעכן אומווילן זיך אונטערצוגעבן וויז־אַ־ווי די שוועריקייטן דורכצופֿירן אין לעבן די העכערע ייִדישע ווערטן, האָפֿנדיק אויף אַ בעסערער און פֿולקומער צוקונפֿט.