דער זיבעטער חוש: דער הומאָר בײַ ייִדן

The Seventh Sense: Yiddish Humor

פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער
פֿון רעכטס: אַהרן צייטלין, שלום־עליכם, דזשיגאַן און שומאַכער, דער טונקעלער

פֿון יחיאל שיינטוך

Published September 07, 2017, issue of August 25, 2017.

אַן אַרײַנפֿיר צו יחיאל שיינטוכס קומענדיקן בוך, „דער מענטש טראַכט… און עס איז נישטאָ ווער עס זאָל לאַכן‟

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָבן מיר זיך אַריבערגעקליבן אין אַ נײַער דירה. כּדי דאָס צו טאָן, האָבן מיר באַדאַרפֿט אַריבערפֿירן כּמעט אַכט טאָן ביכער און אַרכיוו־מאַטעריאַלן. נאָך דעם ווי מיר זײַנען אַריבער בשלום, האָט זיך אָנגעהויבן די פּרשה אָרגאַניזירן די מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוו, און דורכקוקן יעדן דאָקומענט כּדי צו באַשליסן ווי און וווּ אים אַוועקצולייגן.

אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿלעגט מען זאָגן אַז זיך אַריבערציִען אין אַ נײַעם בנין איז ערגער ווי אַ שׂרפֿה. איך אָבער מוז צוגעבן אַז עס זענען דאָ אויך פּאָזיטיווע אַספּעקטן בײַם איבערציִען זיך אין אַ נײַער דירה. און טאַקע בדידי הווה עובדא — בײַם אָרגאַניזירן פֿון דאָס נײַ מײַן אַרכיוו, געפֿין איך נישט ווייניק כּתבֿ־ידן וועגן וועלכע איך האָב שוין לאַנג פֿאַרגעסן. צווישן זיי — האָב איך לעצטנס דערטאַפּט אַ פֿולן כּתב־יד פֿון אַ בוך, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר אין מיזרח־אייראָפּע.

וויסן ווייס איך אַז ייִדישער הומאָר ווי אַ ליטעראַרישער זשאַנער האָט מיר שטענדיק צוגעצויגן. איך האָב אָבער כּלל נישט געדענקט אַז איך האָב אָנגעשריבן אַ גאַנצן בוך, אַ כּמעט ענדגילטיקן כּתב־יד וועגן דער טעמע, נאָך דעם ווי במשך יאָרן האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישן הומאָר און מיט הומאָר בכלל.

אין גיכן וועט טאַקע דערשײַנען אָט אַזאַ בוך, אין פֿאַרלאַג פֿון דבֿ־סדן־פּראָיעקט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אָבער ביז דאָס וועט געשען, וויל איך זיך דערמאָנען ווי אַזוי בין איך דערגאַנגען ביז אַהער זינט מײַנע ערשטע אינטערעסן אין ייִדישן הומאָר.

בײַם דערמאָנען די פֿאַרשיידענע סטאַנציעס וואָס איך בין אַדורכגעגאַנגען ביז איך בין געקומען צו געפֿינען אָט דעם כּתב־יד, וועל איך זיך אפֿשר דערמאָנען ווען האָב איך אים געשריבן, ווײַל קיין דאַטע האָט ער נישט.

די געשיכטע פֿון דער מעשׂה איז אַזאַ: אין יאָר 1960, זײַענדיק אַ תּלמיד אין דער „המדרשה העברית” אין בוענאָס אײַרעס — אַן אינסטיטוט וואָס האָט צוגעגרייט לערער פֿאַר די ייִדישע מיטלשולן אין אַרגענטינע און אויך אויסער איר — האָב איך אָנגעשריבן אַן אַרבעט פֿאַר איינעם פֿון מײַנע לערער, גרשון סאַפּאָזשניקאָוו, וועלכער האָט געלערנט מיט אונדז ייִדישע ליטעראַטור. נאָך דעם ווי איך האָב אים צוגעשטעלט די אַרבעט וועגן אַ מאָנאָלאָג פֿון שלום־עליכם, „אַן עצה”, און אַנאַליזירט דעם הומאָריסטישן טעקסט — האָט ער איבערגעליינט און מיר פֿאָרגעלייגט איך זאָל צושטעלן די אַרבעט צו אַ ליטעראַרישן קאָנקורס וווּ מע האָט פּרעמירט די בעסטע אַרבעטן אויף ייִדיש, אַ קאָנקורס אויפֿן נאָמען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי.

טאַקע דעם זעלבן יאָר האָב איך באַקומען די צווייטע פּרעמיע פֿאַר מײַן עסיי וועגן שלום־עליכמס מאָנאָלאָג, „אַן עצה”. די ערשטע פּרעמיע האָט באַקומען יענטעלע וואַקסמאַן, הײַנט מיכל גיא, וווינט אין ישׂראל. די דריטע פּרעמיע האָט באַקומען דניאל גאָלדוואַסער, הײַנט דניאל גלאי — וווינט הײַנט אויך אין ישׂראל. דאָס הייסט אַז מיר אַלע דרײַ, זענען דרײַ אַרגענטינער וואָס אין אונדזער יוגנט האָבן מיר שוין אַרויסגעוויזן אַ נטיה זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדישער ליטעראַטור און מיט ייִדישן הומאָר. ווי עס זעט אויס האָבן מיר אַלע דרײַ אַנטוויקלט אָט די נטיה, ביז יענטעלע וואַקסמאַן, אָדער ד״ר מיכל גיא, איז געוואָרן אַ לעקטאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿ, און דניאל גאָלדוואַסער, אַ באַגאַבטער מוזיקער, אָדער דניאל גלאי, איז הײַנט צו טאָג דער פֿאָרזיצער פֿון בית לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ — אַ צענטער פֿאַר ייִדישע שרײַבער און פֿאַר ייִדישער קולטור. און מײַן ווייניקייט — איך פֿאַרנעם זיך הײַנט צו טאָג מיט פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור און אירע פֿאַרבינדונגען מיט דער העברעיִשער ליטעראַטור און מיט דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע.

דאָס איז געווען די ערשטע סטאַנציע.

די צווייטע סטאַנציע פֿון מײַן לאַנגן וועג ביז צו דעם פּלאַנירטן בוך וועגן ייִדישן הומאָר, איז געווען מײַן עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל, נאָך דעם ווי איך האָב זיך דערוווּסט אַז אין העברעיִשן אוניווערסיטעט געפֿינט זיך אַ פּראָפֿעסאָר וואָס הייסט דב סדן און ער פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. אין יאָר 1962 בין איך געוואָרן איינער פֿון זײַנע תּלמידים אין דעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור (די ייִדיש־קאַטעדרע) אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט. במשך יאָרן — לכל־הפּחות במשך זעקס יאָר — האָב איך געהערט זײַנע לעקציעס און אויך זיך באַקענט מיט זײַנע פֿאָרשונגען וועגן ייִדישן הומאָר, ווי אויך געהערט פֿאַרשיידענע מעשׂיות און וויצן וואָס ער פֿלעגט דערציילן אין זײַנע קלאַסן.

די דריטע סטאַנציע איז געווען אין יאָר 1978, ווען איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ טעאָרעטישן וווּנדערבאַרן אַרטיקל וועגן וואָס מיינט אַ מאָנאָלאָג אין דער וועלטליטעראַטור, אַן אַרטיקל פֿון אינאַ בי. סעשנס, געדרוקט אין MLA (Modern Language Association). ווי איך האָב דעם אַרטיקל נאָר דערטאַפּט האָב איך אים גלײַך פֿאָטאָקאָפּירט, אַרײַנגעלייגט אין אַ טעקע, און באַשלאָסן אַז אָן קיין שום ספֿק ס’וועט קומען אַ צײַט ווען איך וועל זיך פֿאַרנעמען מיטן מאָנאָלאָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אין ייִדישן הומאָר.

די פֿערטע סטאַנציע האָט צו טאָן מיט די מוסר־רייד מיט וועלכע מײַן שווער האָט מיר געמוסרט — דער פֿאָטער פֿון מײַן פּלוניתטע — וועלכער האָט מיר אַ מאָל געפֿרעגט: „דו פֿאַרנעמסט זיך דאָך מיט ייִדישער ליטעראַטור, צי האָסטו ווען עס איז געליינט די הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער?”. דאָס איז געשען בערך סוף 70קער יאָרן, אַ קורצע צײַט איידער מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן מיט אונדזערע צוויי קינדער אויף אַ יאָר אורלויב אין ניו־יאָרק.

אין דער זעלבער צײַט האָט דער באַוווּסטער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר חיים בײַנאַרט מיר צוגערופֿן צו זיך און געזאָגט: „הער זיך אײַן, דו פֿאַרנעמסט זיך מיט ייִדישער ליטעראַטור, דו מוזסט פֿאָרשן די שריפֿטן פֿון דער טונקעלער”, און ער האָט גענומען דעקלאַמירן אויף ייִדיש אויף אויסנווייניק יוסף טונקלס געגראַנטע הומאָרעסקע „געסט”. אין דער זעלבער צײַט, ווען איך האָב געאַרבעט אין מפעל־מענדעלע אויפֿן דריטן שטאָק פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, פֿלעג איך זיך טרעפֿן אַלע טאָג מיט ר׳ שמואל אשכנזי, דער בעל אוצר ראשי תבות, וואָס האָט אין נעבנדיקן צימער געאַרבעט אין העברעיִשן מפעל הביבליוגרפיה. ווען ער האָט זיך דערוווּסט אַז איך גיי פֿאָרשן די שריפֿטן פֿון דער טונקעלער, האָט ער געעפֿנט אַ שופֿלאָד אין זײַן שרײַבטיש און אַרויסגענומען אַ רשימה, אַ ביבליאָגראַפֿישע רשימה, פֿון די ביכער וואָס דער טונקעלער האָט אָפּגעדרוקט.

מיט אַ מאָל האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז סײַ ר׳ שמואל אשכנזי, אַ חרדישער ייִד פֿון מאָה־שערים, סײַ פּראָפֿעסאָר חיים בײַנאַרט, אַ געבוירענער אין ריגע און סײַ מײַן פֿרויס פֿאָטער, מײַן שווער, אַ וואָל־סוחר, אַ געבוירענער אין אוקראַיִנע — אַלע אָט די פֿאַרשיידענע רעפּרעזענטאַנטן פֿון ייִדישן פֿאָלק האָבן געליינט די שריפֿטן פֿון דער טונקעלער אין דער ייִדישער פּרעסע צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. די שריפֿטן פֿון דער טונקעלער האָבן זיך געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע כּמעט טאָג־טעגלעך זינט 1911 און ביז דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין סעפּטעמבער 1939. עס איז מיר געוואָרן קלאָר אַז דעם טונקעלער האָבן געלייענט ייִדן אָן אויסנאַם, צי זיי זײַנען רעליגיעז געשטימט אָדער פֿרײַ אין זייער גלויבן, אָדער סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. איך האָב באַשלאָסן, ווען מיר זײַנען אַוועקגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, אַז איך וועל אָנהייבן צונויפֿקלײַבן און איבערליינען 32 ביכער וואָס דער טונקעלער האָט אָפּגעדרוקט און זען וואָס מע קען טאָן מיט דעם.

פֿון רעכטס: פּראָפֿעסאָר עקיבא ערנסט סימון, פּראָפֿעסאָר דב סדן, עמנואל אָלסוואַנגער און אפרים דוידזון
פֿון רעכטס: פּראָפֿעסאָר עקיבא ערנסט סימון, פּראָפֿעסאָר דב סדן, עמנואל אָלסוואַנגער און אפרים דוידזון

אין דער פֿינפֿטער סטאַנציע, ווען איך מיט מײַן קליינער משפּחה זײַנען געווען אין ניו־יאָרק, אין ייִוואָ אינסטיטוט, האָב איך אָנגעהויבן לייענען זײַנע ביכער. איך האָב אויך אַרײַנגעקוקט אין די צײַטונגען. דעמאָלט פֿלעג איך זונטיק איבערלייענען און איבערזעצן אויף העברעיִש פֿאַר מײַנע קינדער און פֿאַר מײַן פּלוניתטע, יענע הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער, וואָס האָבן מיר אויסגעזען גענוג אַקטועל און אַמבעסטן אינטערעסאַנט. און אָט דעם מעמד מוז איך דאָ באַשרײַבן כּדי דער לייענער זאָל פֿאַרשטיין אויף וויפֿל דער הומאָריסטישער שאָק, דער הומאָריסטישער עפֿעקט פֿון דעם טונקעלערס הומאָר האָט געהאַט אַ השפּעה אויף אונדזער גאַנצער קליינער משפּחה אין די זונטיק־פֿרימאָרגנס — איך, טובֿה, אלישבֿע און שמוליק.

אין אַמעריקע, ווי מיר ווייסן, זענען פֿאַראַן בעטן וואָס האָבן גוואַלדיקע מאַטראַצן אויף שפּרונזשינעס וואָס מיר פֿלעגן זיי רופֿן „פּולמאַן־מאַטראַצן”: מע לייגט זיי אַוועק אויף אַ באַזע וואָס איז אויך אַ מין מאַטראַץ, און צוליב די שפּרונזשינעס, ווען מע גיט זיך אַ לײַכטן ריר, פֿילט מען זיך ווי מע וואָלט זיך געהאָצקעט אַרויף און אַראָפּ.

איז געשען אַז במשך אַ פּאָר זונטיקס, ווען איך האָב פֿאָרגעלייענט פֿאַר מײַנע בני־בית און איבערגעזעצט אויך אויף העברעיִש אייניקע הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער, בעת די גאַנצע משפּחה זונטיק פֿרי האָט זיך פֿאַרקליבן אין דער ברייטער בעט אין ניו־יאָרק, האָב איך דערפֿילט מיט אַ מאָל אַז דער מאַטראַץ הייבט זיך און לאָזט זיך אַראָפּ ווי אַ טראַמפּאָלינע, צוליב דעם געלעכטער פֿון דער גאַנצער משפּחה, צוהערנדיק זיך צו די הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער. דאָס האָט מיר געפֿירט צו אַ צווייטן באַשלוס אַז מע דאַרף אָפּדרוקן אַן אָפּקלײַב פֿון די הומאָרעסקעס פֿון יוסף טונקל און צוגעבן צו דעם אַן אַרײַנפֿיר וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. צוריק קיין ירושלים האָב איך זיך גענומען צוגרייטן אַזאַ עדיציע, וואָס איז דערשינען אין יאָר 1990.

די זעקסטע סטאַנציע איז געווען אפֿשר די דעצידירנדיקסטע. במשך פֿון די 1980ער יאָרן האָב איך זיך פֿאַרנומען, צווישן אַנדערע, מיט צונויפֿקלייבן חיבורים אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן וועגן הומאָר בכלל און דעם ייִדישן הומאָר בפֿרט, און געלייענט אַ באַרג ביכער און אַרטיקלען. אין דער זעלבער צײַט, אָנהייב 1980ער יאָרן, האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט צוויי פֿאָרשאַרבעטן צווישן אַנדערע, צונויפֿקלײַבן און אַרויסגעבן אין יאָר 1986 אַ רשימה פֿון די טאָגצײַטונגען, ליטעראַרישע זשורנאַלן, און אַנדערע פּעריאָדישע אויסגאַבעס וואָס זענען דערשינען אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אין דער זעלבער צײַט האָב איך געלערנט אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אַ פּאָר קורסן וועגן ייִדישן הומאָר.

איינע פֿון מײַנע תּלמידים, וועלכע איז אין די 1980ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, שוין געווען אַ באָבע פֿון אַכט אייניקלעך, האָט זיך פֿאַרנומען מיט אָנשרײַבן אַ מאַגיסטער־טעזע וועגן דעם אָנהייב פֿון די הומאָריסטישע שריפֿטן פֿון דער טונקעלער, אונטער מײַן השגחה. די אַרבעט איז צוגעשטעלט געוואָרן אין יאָר 1997. איר נאָמען איז שׂרה האַגער, זכרונה לבֿרכה, וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק. במשך פֿון די פּאָר יאָר וואָס שׂרה האַגער האָט געאַרבעט אויף איר טעזע, האָט זי דורכגעבלעטערט די ייִדישע פּרעסע אין פּוילן אין די יאָרן 1911־1920 און צונויפֿגעקליבן אַ שלל מיט מאַטעריאַלן, פֿון וועלכע מיר האָבן אויסגעקליבן 120 הומאָרעסקעס, און אויף דער באַזע האָט זי אָנגעשריבן איר מאַגיסטער־טעזע. אָט דער חיבור איז אַ וויכטיקער בײַטראָג פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר.

די זיבעטע סטאַנציע איז געווען פֿאַר מיר אַ ביסל אַ סורפּריז. ווען דער שרײַבער פֿון לאָדזשער געטאָ, ישעיה שפּיגל, איז ניפֿטר געוואָרן אין יאָר 1990 בין איך געווען אויף זײַן לוויה. דאָרטן האָב איך געטראָפֿן אַ גאַנצע שרײַבערישע גרופּע פֿון ייִדיש־שרײַבער און צווישן זיי — אַבֿרהם סוצקעווער, מרדכי צאַנין און אַנדערע. אין זעלבן יאָר האָב איך געהאַט אַרויסגעגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון די הומאָרעסקעס פֿון דער טונקעלער און אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשאַרבעט וועגן די שריפֿטן פֿון יצחק קאַצענעלסאָן אין וואַרשעווער געטאָ אויף ייִדיש, דעשיפֿרירט לויט אָפּגעראַטעוועטע כּתב־ידן.

אויפֿן בית־עולם איז סוצקעווער צוגעקומען צו מיר. מיט וואָכן פֿריִער האָט ער געהאַט באַקומען מײַנע צווי ביכער אַ מתּנה, האָט ער מיר אַזוי געזאָגט: „שיינטוך, איר זאָלט וויסן זײַן, אַז אײַער אַרבעט וועגן דער טונקעלער איז די וויכטיקסטע אַרבעט וואָס איר האָט אָנגעשריבן ביז הײַנט צו טאָג”. די וועלכע האָבן געקענט אַבֿרהם סוצקעווערן פֿון דער נאָענט, האָבן געקענט דערשפּירן אויף וויפֿל ער האָט געהאַט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַר הומאָר. און ווי אַ באַווײַז פֿון דעם וואָס איך זאָג וועגן אים, קען דינען דער פֿאָלגנדיקער אַנעקדאָט:

איין מאָל בין איך געקומען אין דער רעדאַקציע פֿון „די גאָלדענע קייט‟ און זיך געטראָפֿן מיט סוצקעווערן און געשמועסט. איך האָב דעמאָלט געבעטן בײַ אים עקזעמפּלאַרן פֿון זײַנע פּאָעטישע ווערק, די געקליבענע לידער וואָס באַשרײַבן דעם חורבן. איך האָב אים געזאָגט אַז איך גיי לערנען אַ קורס וועגן זײַן פּאָעזיע און דער עיקר וועגן זײַן חורבן־פּאָעזיע. ער האָט באַוויליקט מיר צו שענקען צוויי שווערע זעקלעך מיט זײַנע ביכער. מיר האָבן פֿאַרענדיקט אונדזער טעט־אַ־טעט. איך האָב זיך אויפֿגעשטעלט און אויך סוצקעווער האָט זיך אויפֿגעשטעלט. אין ביידע הענט האָב איך געטראָבן די ביכער אין די זעקלעך, די רעכטע האַנט מיט אַ שווערן זעקל, און די לינקע האַנט מיט אַ שווערן זעקל. און שטייענדיק אַזוי, איינער אַנטקעגן צווייטן, איידער איך האָב אוספּייעט זיך געזעגענען, האָט ער אָנגעוויזן אויף מיר מיטן ווײַזפֿינגער און מיט אַ שמייכל אויסגערופֿן: „אַ קולטור־טרעגער!”.

די אַכטע סטאַנציע, געהערט צו די 1990ער יאָרן, נאָך דעם ווי איך האָב אָפּגעדרוקט אַ פּאָר אַרטיקלען וועגן ייִדישן הומאָר, סײַ וועגן די שריפֿטן פֿון דער טונקעלער און סײַ וועגן די הומאָרעסקעס פֿון ב. יאושזאָהן, סײַ וועגן הומאָריסטישן זשורנאַל „דער אַשמדאַי‟ — דערשינען פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה אין בערלין — און נאָך אַנדערע אַרטיקלען. האָב איך באַשלאָסן צושטעלן אַ פֿאָרשפּראָיעקט צו דעם ישׂראלדיקן נאַציאָנאַלן פֿאָנד פֿאַר וויסנשאַפֿטן (ISF) וועגן הומאָר בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. מיט דעם צוועק האָב איך זיך פֿאַרנומען אַ פּאָר יאָר מיט לייענען אַ לאַנגע רשימה פֿון ביכער און אַרטיקלען וואָס פֿאַרנעמען זיך סײַ מיט הומאָר בכלל און סײַ מיט ייִדישן הומאָר בפֿרט. אין יענע יאָרן האָב איך געהאַלטן פֿאַרשיידענע רעפֿעראַטן אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿאַר אַ פּובליקום וואָס האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסן אינטערעס אין דער טעמע. במשך פֿון די יאָרן האָט זיך אָנגעקליבן בײַ מיר אַ סך מאַטעריאַל און רשימות, ווי אויך געשריבענע טעקסטן וווּ איך אַנאַליזיר דעם ייִדישן הומאָר. ווי געזאָגט, מיט אַ קורצער צײַט צוריק טרעף איך זיך אָן אויף אַ כּתב־יד וואָס איז כּמעט שוין גרייט צום דרוק.

נאָכן אַרײַנקוקן אין כּתב־יד, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז דאָס דאַרף זײַן אַן אַרבעט וואָס איך האָב אָנגעשריבן ווי אַן ענדגילטיקער נוסח, צווישן די יאָרן 2005 און 2008, אַוועקגעלייגט אָן אַ זײַט און פֿאַרגעסן, ווײַל געווען פֿאַרנומען מיט אַנדערע עניינים.

נאָך דעם ווי איך האָב זיך אָפּגעגעבן אַ שאָק מיט יאָרן מיט דער פֿאָרשונג פֿון דער אומקום־ליטעראַטור געשריבן אין ייִדיש אָדער אין העבריִש אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט, ווײַזט אויס אַז דאָס פֿאַרנעמען זיך מיטן ייִדישן הומאָר איז געווען אַפֿילו נישט באַוווּסטזיניקערהייט אַ מין אַנטידאָט.

אַ פֿאָרשאַרבעט וועגן דער הומאָריסטישער ליטעראַטור בכלל און די פֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר בײַ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן בפֿרט — אַזאַ פֿאָרשאַרבעט איז ביז הײַנט צו טאָג נישט דורכגעפֿירט געוואָרן אין די לעצטע 45 יאָר. די גרעסטע אַרבעט, די אַרומנעמיקסטע — איז אָפּגעדרוקט געוואָרן צום צווייטן מאָל אָנהייב די 1970ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, און דווקא וועגן דעם הומאָר בײַ ייִדן פֿון תּנך ביזן פּלמ״ח, אָפּשטעלנדיק זיך ווייניק אויף שרײַבער און טעקסטן אויף ייִדיש, אַפֿילו בײַ צוויישפּראַכיקע שרײַבער וועלכע האָבן געשריבן העברעיִש און ייִדיש. אויפֿן געביט פֿון הומאָר אויף ייִדיש בײַ ייִדן האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ סדן בײַגעטראָגן אַ שלל מיט אַרבעטן.

במשך פֿון די 1980ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט זײַנען געמאַכט געוואָרן פּרוּוון אין ישׂראל אויפֿצולעבן דעם אינטערעס אין ייִדישן הומאָר, דורך אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן בראָש מיט פּראָפֿעסאָר אַבֿנר זיו ז״ל, אָבער עס איז געקומען צו אַ שטילשטאַנד, און ערשט 25 יאָר שפּעטער איז געגרינדעט געוואָרן אין ישׂראל אַ צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון הומאָר — „האגודה הישראלית לחקר ההומור” — בראָש מיט פּראָפֿעסאָר אַריה סובר. אָט דער צענטער גיט אַרויס ביז הײַנט צוויי מינים זשורנאַלן, איינעם אויף העברעיִש און איינעם אויף ענגליש — ביידע אויף דער אינטערנעץ. אין יאָר 2010 האָב איך געהאַט דעם כּבֿוד זיך צו באַטייליקן אין דער גרינדונג פֿון אָט דעם צענטער, ווי אַ מיטגליד פֿון זײַן עקזעקוטיוון קאָמיטעט.

דאָך, פֿאַרנעמט זייער אַ קליינעם אָרט די אויספֿאָרשונג פֿון ייִדישן הומאָר בײַ ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע. מע קען באַשײַנפּערלעך זען אַז אין די לעצטע 45 יאָר איז דער שטודיום פֿון הומאָר בײַ ייִדן אַוועק אויף פֿילפֿאַכיקע פֿלאַכן. דאָס זעט מען בולט אין דער ביבליאָגראַפֿישער אַרבעט אונטערגעשריבן פֿון פּראָפֿעסאָר אריה סובר און דערשינען אין אינטערנעץ: Jewish Humor in Oxford Bibliographies, וווּ ייִדישער הומאָר בײַ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרנעמט אַ קליינעם אָרט.

דאָס בוך וואָס איך גיי אָפּדרוקן פֿאַרנעמט זיך סײַ מיט אַ פּרוּוו צו דעפֿינירן הומאָר בכלל, ווי אויך ייִדישן הומאָר בפֿרט. אין בוך רעזומיר איך די פֿאָרשאַרבעטן אויף אָט די ביידע טעמעס, איך באַצי זיך צו די מאַטעריאַלן אָפּגעדרוקט אין צענדליקער אַנטאָלאָגיעס פֿון הומאָר בײַ ייִדן, און דער עיקר — פּרוּוו איך לערנען פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער פֿון ייִדישן הומאָר, אַפֿרים דוידזון, דב סדן, עמנואל אולסוונגר, יוסף טונקל, אַהרן צייטלין, ריטשאַרד ראַסקין, סטיפֿען ליקאָק, דבֿ נוי און אַנדערע — צי איז פֿאַראַן אַ תּשובֿה אויף דער שאלה: „וואָס איז ייִדישער הומאָר?”, „צי איז פֿאַראַן אַ ‘דיפֿערענטיאַ ספּעציפֿיקאַ’ וואָס אונטערשיידט ייִדישן הומאָר פֿון דעם הומאָר בײַ אַנדערע פֿעלקער?”.

דער מאָנאָלאָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, די טעאַטער־קאָמעדיעס אויף ייִדיש, די שאַרפֿזיניקע ווערטלעך אויף ייִדיש, די הומאָריסטישע פֿעליעטאָנען, די צײַטונג־הומאָרעסקעס, די ייִדישע וויצן מיט שפּיצן, די אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישן הומאָר אין די צענדליקער, זינט אײַזיק־מאיר דיק אין 19טן יאָרהונדערט און ביז דער אַנטאָלאָגיע וואָס איז דערשינען אין ירושלים אין יאָר 2016, „ווען לאַכט אַ ייִד?‟, אַרויסגעגעבן פֿון י״ל מאגנס־פֿאַרלאַג — אָט די אַלע געביטן און מער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישן הומאָר, זענען אַ וויכטיקער מקור זיך צו באַקענען מיט אַ קערנדיקן אַספּעקט פֿון אונדזער קולטור־געשיכטע. די רשימה פֿון די מקורים פֿאַר אַזאַ בוך, וועט אַנטפּלעקן אויף וויפֿל דער געביט פֿון ייִדישן הומאָר איז רײַך, ברייט, און פֿאַרבונדן אָרגאַניש מיט אַלע געביטן פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן.

צום סוף, וויל איך באַטאָנען אַז אין דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וועגן הומאָר בכלל, געפֿינען מיר אַז אין אַ גרויסן טייל פֿון אייראָפּעיִשע שפּראַכן און מערבֿדיקע קולטורן, דער טערמין הומאָר קומט שטענדיק באַגלייט און צוזאַמען מיטן וואָרט „חוש”: אַ חוש פֿאַר הומאָר, A sense of humor אויף ענגליש, ‘חוש הומור’ אויף העברעיִש, Sentido del Humor אויף שפּאַניש, Sens de l’humour אויף פֿראַנצייזיש, Sinn für Humor אויף דײַטש, Poczucie Humoru אויף פּויליש, чувство юмора (טשוסטוואַ היומאַראַ — פֿאָנעטיש איבערגעשריבן) אויף רוסיש.

פֿון אָט דעם פֿאַקט לערנען מיר אַז הומאָר אין פֿאַרשיידענע קולטורן און אויך בײַ ייִדן אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די מענטשלעכע חושים. דאָס איז אַ זיבעטער חוש וואָס מיר דאַרפֿן צוגעבן צו דער ליסטע פֿון די באַקאַנטע מענטשלעכע 5 חושים, צוזאַמען מיטן זעקסטן חוש (אינטויִציע). דער חוש פֿאַר הומאָר דאַרף פֿאַררעכנט ווערן אויב אַזוי, ווי דער זיבעטער חוש וועמענס פֿונקציע איז סײַ פֿאַרהיטן דעם מענטשן פֿאַר אַ סכּנה, און סײַ אים פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן.

אין מײַן קומענדיקן בוך וועגן ייִדישן הומאָר, האָב איך אַנטוויקלט אָט דעם טעאָרעטישן צוגאַנג צום הומאָר, ווי אַן אַלגעמיינער הומאַניסטישער פֿענאָמען, וואָס האָט ספּעציפֿישע אייגנשאַפֿטן בײַם ייִדישן פֿאָלק. דאָס האָב איך געטאָן זיך שטיצנדיק אויף דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וועגן דעם הומאָר־פֿענאָמען אין דער קולטור-געשיכטע פֿון ייִדישן הומאָר, ווי אויך אויף די פֿאָרשאַרבעטן וועגן ייִדישן הומאָר.

פֿון אָט אַזאַ שטאַנדפּונקט ווערט קלאָר אַז דער חוש פֿאַר הומאָר איז איינער פֿון די וויכטיקסטע כּלים, וואָס פֿאַרזיכערט די קיום־פֿעיִקייט און דעם גײַסטיקן אויסדויער פֿון ייִדישן פֿאָלק. מיט דער הילף פֿון דעם חוש פֿאַר הומאָר האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך געפֿלײַסט צו פֿאָרמולירן פֿון איין זײַט גײַסטיקע איבערברוכן און ליידן וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזן אויף ייִדן ווי אַ רעזולטאַט פֿון היסטאָרישע קאַטאַסטראָפֿעס און אינערלעכע קאָנפֿליקטן, און פֿון דער צווייטער זײַט — האָט דער חוש פֿאַר הומאָר געהאָלפֿן פֿאָרמולירן אָט די שווערע מאָמענטן אויף אַ שאַרפֿן און באַפֿרידיקנדיקן אופֿן צוריקשטעלנדיק דעם גלײַכגעוויכט און דעם בטחון בײַם קרבן און בײַ דעם געקריוודעטן צד.

איינע פֿון די אויספֿירן אין מײַן בוך וועט זײַן אַז דער חוש פֿאַר הומאָר איז אַ שאַרפֿזיניקער שׂכלדיקער אויסדרוק פֿון אַ וועלטבאַנעם און אַ סאָרט קוק אויפֿן לעבן דורך די שפּאַקולן פֿון די העכסטע ווערטן פֿון אַ קולטור (אין אונדזער פֿאַל — פֿון דער ייִדישער קולטור בײַ ייִדן). דערפֿאַר, דאַרף דער חוש פֿאַר הומאָר באַטראַכט ווערן ווי אַ מין סײַסמאָגראַף וואָס דעטעקטירט דעם אײַנרײַס וואָס עקזיסטירט צווישן דעם געוווּנטשענעם (די העכערע ווערטן פֿון אַ קולטור) און דעם עקזיסטירנדיקן (די טאָג־טעגלעכע גראָע רעאַליטעט).

דער חוש פֿאַר הומאָר, ווען ער פֿאָרמולירט אָט דעם בלויז און שטעלט אים פֿאָר אין אַ ליטעראַרישער הומאָריסטישער פֿאָרם, פֿאַרוואַנדלט אים אין אַ בולטן אַרויסרופֿערישן און מעכטיקן בלויז, באַטאָנענדיק דעם מענטשלעכן אומווילן זיך אונטערצוגעבן וויז־אַ־ווי די שוועריקייטן דורכצופֿירן אין לעבן די העכערע ייִדישע ווערטן, האָפֿנדיק אויף אַ בעסערער און פֿולקומער צוקונפֿט.