פּראָגראַם אין „בית־לייוויק‟ לזכר די דערהרגעטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער

Program at Leyvik House in Memory of the Murdered Soviet Yiddish Writers

אלה זוסקין פּערלמאַן
אלה זוסקין פּערלמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 25, 2017, issue of August 25, 2017.

דאָנערשטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער, וועט דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, „בית־לייוויק‟, דורכפֿירן אַ טרויער־אַקאַדעמיע לזכר דער עקזעקוציע פֿון דער ייִדיש־קולטורעלער עליטע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. דעם 12טן אויגוסט איז געווען 65 יאָר זינט דער טרויעריק־באַרימטער „נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע פּאָעטן.‟

אין דער פּראָגראַם „זייער ליד איז מיט אונדז‟ וועלן רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, אַריה יאַס און דניאל גלאי פֿאָרלייענען ייִדישע לידער געשריבן פֿון די פּאָעטן. מע וועט אויך הערן דעם ישׂראלדיקן דעביוט פֿון ברוך דאָוואָסערקיס סימפֿאָניע „גאָלדפֿאַדען־פֿאַנטאַזיע‟ (פּיאַנע: סערגאָ בענגעלסדאָרף, טשעלאָ: שאול שוואַרץ, און פֿידל: איזאַבעלאַ אָרדענונג).

אַחוץ די קינסטלערישע פֿאָרשטעלונגען וועט אלה זוסקין פּערלמאַן, די טאָכטער פֿונעם דערמאָרדעטן אַקטיאָר בנימין זוסקין, רעדן וועגן איר פֿאָטערס לעבן און שאַפֿן און דעם טראַגישן גורל פֿונעם סאָוועטישן „גאָסעט‟־טעאַטער, מיט וועלכן בנימין זוסקין האָט אָנגעפֿירט נאָכן מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס.

די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז 20 שקלים.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: http://www.leyvik.org.il/Default.aspx



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.