ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שטעט׃ װאַרשע און בערלין

Literary Portraits of Jewish Cities: Warsaw and Berlin

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published August 27, 2017, issue of August 25, 2017.

אַ סימן פֿונעם הײַנטיקן אינטערעס צו ייִדישע ענינים אין אײראָפּע איז די צאָל נײַע פֿאָרשונגען, װאָס באַהאַנדלען די פֿאַרבינדונג צװישן ייִדן און די אָרטיקע לאַנדשאַפֿטן.

בעת די אַנטיסעמיטישע אידעאָלאָגן און נאַציאָנאַליסטישע פּאָליטיקער פֿאַרן חורבן האָבן געטענהט, אַז ייִדן זײַנען אַ פֿרעמדע עדה און האָבן ניט קײן שײכות צו די „עכטע” אײַנגעזעסענע פֿעלקער פֿון זײער לאַנד, זוכט מען איצט באַװײַזן פֿונעם ייִדנס אײַנגעװאָרצלקײט אין אײראָפּע. אַזאַ מין צוגאַנג קען מען דערקענען אין די נישט ווייניק װאָגיקע היסטאָרישע שטודיעס װעגן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין װאַרשע, בערלין און אַנדערע הױפּטשטעט פֿון מיטל־אײראָפּע. װען עס קומט אָבער צו קולטור, און בפֿרט ליטעראַטור, איז די פֿאָרשונג נאָך ניט זײער אַנטװיקלט.

דערפֿאַר איז דאָס נײַע בוך פֿון דער פּױלישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַלינאַ מאָליסאַק, „ייִדישע װאַרשע — ייִדישער בערלין׃ אַ ליטעראַרישער פּאָרטרעט פֿון דער שטאָט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט” װיכטיק ניט נאָר פֿאַר זיך אַלײן, נאָר אױך װי אַ װעגװײַזער פֿאַר װײַטערדיקער פֿאָרשונג פֿון דער דאָזיקער טעמע. ייִדן האָבן ניט נאָר געװױנט אין די אײראָפּעיִשע הױפּטשטעט, נאָר אױך געשאַפֿן אַ רײַכע ליטעראַטור אױף ייִדישע און ניט־ייִדישע שפּראַכן. מאָליסאַק באַטראַכט סײַ די ליטעראַרישע װערק פֿון ייִדישע מחברים, לרובֿ אױף פּױליש, דײַטשיש און ייִדיש, סײַ די װערק פֿון ניט־ייִדישע פּױלישע און דײַטשישע מחברים, װאָס באַרירן די ייִדישע „פֿראַגע”. איר פֿאָרשונג פֿאָקוסירט זיך אױפֿן דרײַעק פֿון געשפּאַנטע קענגזײַטיקע באַציִונגען׃ ייִדן, פּאָליאַקן און דײַטשן.

יעדעס קאַפּיטל איז געװידמעט אַ באַזונדערער טעמע׃ למשל פּאָליטיק, רעליגיע, פֿאַרברעכערישקײט און אונטערװעלט, עמיגראַציע, און, די שטאָט װי אַ געבױרן־אָרט פֿון נײַע מינים ייִדישע אידענטיטעטן. מאָליסאַק פֿאָרשט בעיקר צװײ פּאָפּולערע פּראָזאַיִשע זשאַנערס פֿון יענער תּקופֿה, בעלעטריסטיק און רעפּאָרטאַזש. דערבײַ באַנוצט זי אַ טאָפּלטן אַנאַליטישן שפּאַקטיװ. פֿון אײן זײַט, באַטראַכט זי די פּראָדוקטן פֿונעם ייִדישן און ניט־ייִדישן שעפֿערישן כּוח־הדמיון, די אױסגעטראַכטע שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן פֿון דערצײלונגען און ראָמאַנען. פֿון דער אַנדערער זײַט, ברענגט זי די שאַרפֿזיניקע און צומאָל קריטישע אָבסערװאַציעס פֿון זשורנאַליסטן, װאָס האָבן באַזוכט די דאָזיקע שטעט.

דער פּראָצעס פֿון ייִדישער „מעטראָפּאָליזירונג” אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָט געשאַפֿן פֿאַרשידענע מינים ייִדישע אידענטיטעט, װאָס מע קען געפֿונען אין ליטעראַרישע װערק. לױט מאָליסאַק, האָט ליטעראַטור געשפּילט אַ טאָפּלטע ראָלע אינעם דאָזיקן פּראָצעס. זי האָט ניט נאָר אָפּגעשפּיגלט די רעאַלע פּראָצעסן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען מיט ייִדן אין די גרױסע שטעט, נאָר אױך געשאַפֿן דעם אימאַזש פֿון אָט דער נײַער װירקלעכקײט אין די אױגן פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע לײענער. ליטעראַטור האָט סײַ אַנטפּלעקט די נײַע װירקעלכקײט און סײַ מיטגעשאַפֿן זי.