האַרבסט־פּראָגראַמען אויף ייִדיש בײַ דער „מעדעם־ביבליאָטעק“

Fall Programs in Yiddish at the Medem Library

ד״ר יודזשין אָרענשטיין
ד״ר יודזשין אָרענשטיין

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 27, 2017, issue of August 25, 2017.

דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק” האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן קאַלענדאַר פֿון רעפֿעראַטן, קלאַסן, וואַרשטאַטן און פֿאָרשטעלונגען וואָס וועלן פֿאָרקומען במשך פֿון סעפּטעמבער ביז דעצעמבער. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אָרדנט מען אײַן אַ ריי ספּעציעלע פּראָגראַמען אויף ייִדיש. צווישן זיי געפֿינט מען:

1) אַ פֿײַערונג לכּבֿוד 120 יאָר „בונד‟: שבת דעם 14טן אָקטאָבער, 6:30 אין אָוונט, וועט מען אָפּמערקן דעם 120סטן יאָרטאָג פֿונעם ”בונד“ מיט אַ רעפֿעראַט פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, וועגן וואָס מע קען זיך הײַנט אָפּלערנען פֿון דער באַוועגונג. בײַ דער געלעגנהייט וועט בערנאַרד פֿלאַם ווײַזן אַ ריי זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַן פּערזענלעכן אַרכיוו.

2) „דער קליינער פּרינץ” אויף ייִדיש: דער „טרוים־טעאַטער”, די טעאַטראַלישע טרופּע בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער”, וועט פֿאָרשטעלן אַ ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿון סענט־עקזופּעריס ראָמאַן „דער קליינער פּרינץ.” די פּיעסע, אינסצעניזירט דורך עמוס אורן מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון ניקאָלאַ דיפּען, וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן דאָנערשטיק, דעם 2טן נאָוועמבער (8:45 אין אָוונט) און זונטיק, דעם 5טן נאָוועמבער (4:30 נאָכמיטאָג). 

3) אַן אינטענסיווער סעמינאַר פֿון 15 שעה אױף דער טעמע, „דער עכאָ פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע אין דער ייִדישער ליטעראַטור”, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר יודזשין אָרענשטיין — פֿרײַטיק, דעם 10טן נאָוועמבער ביז זונטיק, דעם 12טן נאָוועמבער.   4) קאָנצערטן פֿון עפֿים טשאָרני און סוזען גערגוס: אין צוזאַמענהאַנג מיטן ליטעראַרישן סעמינאַר וועגן דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע וועלן דער זינגער עפֿים טשאָרני, צוזאַמען מיט דער פּיאַנע־שפּילערין סוזען גערגוס, אױפֿטרעטן מיט צוויי קאָנצערטן. דער ערשטער קאָנצערט, וואָס וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 11טן נאָוועמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט, וועט באַשטיין פֿון רוסישע רעוואָלוציאָנערע לידער אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון וועלוול טשערנין, ה. גאָלדאָווסקי און אַהרן ווערגעליס.

דער צווייטער קאָנצערט, זונטיק, דעם 12טן נאָוועמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט, וועט באַשטיין פֿון לידער געזאַמלט דורך דער עטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין. 

5) אַ ליטעראַרישער קאַבאַרעט לכּבֿוד מענדעלע מוכר־ספֿרים: פֿרײַטיק, דעם 24סטן נאָוועמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט מען פֿאָרלייענען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס „מסעות בנימין השלישי”. עס וועלן אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם בתיה בוים, שרון בר־כּוכבֿא, הערשל גראַנט, טל חבֿר־כיבאָווסקי, ליאָנעל מילער, אַניק פּרים־מאַרגוליס און וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ. 

6) „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט”: שבת דעם 16טן דעצעמבער, 6 אַ זייגער אין אָוונט, וועט מען פֿאָרשטעלן באָריס סאַנדלערס דראַמע „אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט”. די איין־מענטשיקע פּיעסע ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך אַניק פּרים־מאַרגוליס.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.