פֿאַר וואָס מער ראַדיאָ אויף ייִדיש וואָלט געהאָלפֿן מדינת־ישׂראל

Why More Yiddish Radio Broadcasts Would Help Israel


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 27, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איך דערמאָן אָט די געשיכטע ניט, חלילה, צו באַשולדיקן ישׂראל אָדער צו טענהן, אַז עס קומט ייִדיש מער צײַט אויפֿן ראַדיאָ ווײַל מע האָט איר פֿריִער געהאַט אונטערגעדריקט. ניין. אַזאַ אַרגומענט וועט קיינעם ניט איבערצײַגן. מע דאַרף גיכער געבן אַ פּראַקטישע סיבה דערפֿאַר — אַן אַרגומענט, וואָס מע הערט כּמעט קיינמאָל ניט פֿון די ליבהאָבער פֿון ייִדיש און וואָס אונדזערע לייענער אין ישׂראל וואָלטן אַליין געקענט ניצן בײַם ווענדן זיך צו די געהעריקע אינסטאַנצן.

די ישׂראלדיקע ביואָראָקראַטן דאַרף מען געבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס שאַפֿן אַ לײַטישע ייִדישע אוידיציע, און אַפֿילו אַ פֿאַרגרעסערטע גאַמע פֿון ייִדישע טראַנסמיסיעס, וואָלט דווקא געהאָלפֿן ישׂראל נאָך מער ווי די ייִדיש־רעדער. פֿאַר וואָס? מע דאַרף קודם באַטראַכן ווער עס רעדט הײַנט ייִדיש און פֿאַר וואָס ישׂראל וואָלט גענאָסן פֿונעם מקרבֿ זײַן זיי מיט אַ גרעסערער צאָל ראַדיאָ־ — און ובפֿרט טעלעוויזיע־פּראָגראַמען — אויף מאַמע־לשון. זיי זענען:

1) די אָרטיקע חסידים: איינע פֿון די שטענדיקע טענות צו דער אַלטער ”רשות השידור“ איז געווען, אַז די אַגענטור האָט ניט געשאַפֿן גענוג פּראָגראַמען פֿאַרן פֿרומען עולם. עס קלינגט אפֿשר אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַליש, ווײַל אָפֿיציעל קוקן די שטאַרקסטע פֿרומע ייִדן אין ישׂראל ניט קיין טעלעוויזיע און הערן זיך ניט צו צום ראַדיאָ. אַ סך פֿון זיי, אָבער, הערן זיך יאָ צו צום ראַדיאָ און באַנוצן זיך יאָ מיט דער אינטערנעץ. איך זע דאָס אַליין, למשל, פֿון וויפֿל אינטערנעץ־באַזוכער דער ”פֿאָרווערטס“ באַקומט פֿון ”בני־ברק“.

אין אָט די ייִשובֿים געפֿינען זיך אַ סך מענטשן, וואָס לעכצן נאָך נײַעס־ און קולטור־פּראָגראַמען צוגעפּאַסט צו זייער לעבן־שטייגער. כאָטש די אָפֿיציעלע פּאָליטישע ליניע פֿון די חסידישע סעקטעס איז אַנטי־ציוניסטיש, וואַקלען זיך הײַנט אַ סך יונגע־לײַט פֿון די־אָ קרײַזן מיט זייערע פּאָליטישע מיינונגען. ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס אויף ייִדיש, צוגעפּאַסט צום פֿרומען עולם, וואָלטן געווען אַ גוטער מיטל צו העלפֿן זיי זיך אינטעגרירן אין דער ברייטער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.

2) די חסידים אין אויסלאַנד: די ייִדישע ייִשובֿים אין די תּפֿוצות וואָס וואַקסן צום גיכסטן (סײַ וואָס שייך זייער באַפֿעלקערונג, סײַ וואָס שייך זייערע אינסטיטוציעס און פּאָליטישער מאַכט) זענען די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות. די ישׂראלדיקע רעגירונג נייטיקט זיך אין דער שטיצע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אָבער אין גיכן וועט דער אַמעריקאַנער ייִדישער ציבור האָבן אַ גאָר אַנדער פּנים.

מע שאַצט, אַז ביזן יאָר 2050 וועלן אַ העלפֿט פֿון די ייִדישע קינדער אין אַמעריקע אין די ייִדישע טאָגשולן זײַן חרדישע און אַ מערהייט פֿון זיי — ייִדיש־רעדנדיקע. אויב ישׂראל וויל ווײַטער האָבן אַ נאָענטע באַציִונג מיטן אַמעריקאַנער ייִדנטום, דאַרף זי זיך דירעקט ווענדן צו אָט דעם וואַקסנדיקן עולם. און אַזוי ווי אין ישׂראל, לעכצט די יוגנט נאָך מעדיע־פּראָגראַמען, וואָס זענען צוגעפּאַסט צו זייערע קולטורעלע באַדערפֿענישן און ווײַזן שוין אַרויס ספֿקות וועגן דער אַנטי־ציוניסטישער ליניע פֿון זייערע רבנים. אַ ייִדיש־שפּראַכיקער ראַדיאָ צי טעלעוויזיע־פּראָגראַם, געצילעוועט אויף די חסידים אין אַמעריקע (ווי אויך קאַנאַדע, ענגלאַנד, אויסטראַליע, בעלגיע און דער שווייץ) וואָלט געגעבן ישׂראל אַ געלעגנהייט אָנצוקניפּן אַ באַציִונג מיט אָט דעם קריטישן ייִדישן עולם אין אויסלאַנד און דערגרייכן איר יונגט, וואָס וועט אין 50 יאָר אַרום זײַן די באָבע־זיידעס פֿונעם גרעסטן סעקטאָר פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום.

3) די קינדער פֿון די שארית־הפּליטהניקעס: ס׳איז ניט קיין חידוש, אַז צווישן די סאַמע גרעסטע שטיצער פֿון ישׂראל אין אויסלאַנד געפֿינען זיך די קינדער פֿון ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם נאַצישן גיהנום. אין צענדליקער לענדער אויף פֿיר קאָנטינענטן קען מען געפֿינען ייִדיש־רעדער צווישן די 40ער און די 70ער, וואָס זוכן סײַ אַ פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער קולטור פֿון זייערע עלטערן, סײַ אַ פֿאַרבינדונג צו מדינת־ישׂראל. אַ פּראָגראַם אויף ייִדיש פֿאַר אָט דעם עולם וואָלט געקענט דערגרייכן אַ פֿאַרשידנאַרטיקע גרופּע ייִדן, וואָס איז שטאַרק פֿאַרטאָן אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און וואָס וועט שטאַרק משפּיע זײַן אויף דער אידענטיטעט פֿון זייערע קינדער און אייניקלעך.

4) די יונגע ייִדישיסטן און ייִדיש־אַקאַדעמיקער אין אויסלאַנד: אמת, עס גייט דאָ די רייד וועגן אַ קלענערער גרופּע מענטשן אָבער פֿאָרט אַ וויכטיקע. די ייִדישיסטן, בפֿרט די וואָס פּרובירן אויפֿצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש מחוץ דער חסידישער וועלט, זענען צווישן די סאַמע־איבערגעגעבענע ייִדן וועמענס אידענטיטעט הענגט ניט בלויז אָפּ אין רעליגיע אָדער ציוניזם. דווקא זייער ייִדיש־קולטורעלע אידענטיטעט, פֿון וועלכער ישׂראל האָט זיך אַזוי שטאַרק אָפּגעשטויסן, קען דינען ווי אַ מוסטער פֿאַרן קיום פֿון דער ניט־אָרטאָדאָקסישער ייִדישער אידענטיטעט אין די תּפֿוצות, און אפֿשר אויך אין ישׂראל גופֿא. און דווקא דערפֿאַר איז עס וויכטיק די ישׂראלדיקע אינסטאַנצן זאָלן זיך דערנעענטערן צו דעם עולם אַנשטאָט אים ווײַטער צו איגנאָרירן.

אַ סך יונגע ייִדן אין אויסלאַנד זענען ווײַט ניט קיין אָנהענגער פֿון דער איצטיקער פּאָליטיק פֿון דער ישׁראל־רעגירונג, און אַ סך ייִדישיסטן זענען דערצו (מיט רעכט!) נאָך אַלץ ברוגז וועגן דער אונטערדריקונג פֿון ייִדיש אין ישׂראל. אַ ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם אויף ייִדיש פֿאַר אויסלענדישע צוהערער וואָלט דערפֿאַר געווען אַ גוטער מיטל מקרבֿ צו זײַן די ייִדן אָן צו דערמאָנען פּאָליטיק אָדער די אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ישׁראלדיקער געזעלשאַפֿט וואָס פֿרעמדן אַזוי פֿיל פֿון זיי אָפּ.

אַחוץ די ייִדיש־רעדער וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג קען דערגרייכן, וואָלטן אַ סך ניט־ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין ישׂראל אויך געקענט געניסן פֿון פּראָגראַמען אויף ייִדיש. אַ סך יונגע וועלטלעכע ישׂראלים זענען פּשוט ניט פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער אמונה אָדער אין דער קולטור און די מיטאָסן פֿון מדינת־ישׂראל. דאָס זעט מען בפֿירוש אַז מע שפּאַצירט אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ און מע באַמערקט וואָס פֿאַר אַ מוזיק מע שפּילט, וואָס פֿאַר אַן עסן מע שטעלט צו אין די רעסטאָראַנען אָדער וואָס פֿאַר אַ מין ביכל מע לייענט אויף דער פּלאַזשע. אַ סך יונגע ישׂראלים פֿילן ניט קיין שטאַרקע קולטורעלע אָנגעהעריקייט צו זייער היימלאַנד מחוץ דער העברעיִשער שפּראַך און זייער דינסט אין אַרמיי. אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם וועגן דער ייִדישער קולטור אויף ייִדיש (מיט העברעיִשע אונטערקעפּלעך, פֿאַרשטייט זיך) וואָלט געקענט לערנען אַ סך יונגע ישׂראלים וועגן זייערע וואָרצלען און וועגן דער וועלט פֿון זייערע אָבֿות, ווי אויך וועגן דער קולטור פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין אויסלאַנד. (פֿאַרשטייט זיך, אַז מע וואָלט אויך געדאַרפֿט מאַכן אַזעלכע פּראָגראַמען אויף דזשודעזמאָ, בוכאַריש און אַזוי ווײַטער).

דערצו, איז שוין סײַ־ווי דאָ אַ וואַקסנדיקער אינטערעס צו ייִדיש אין ישׂראל. ווען איך בין, למשל, אין אויגוסט געפֿאָרן אויפֿן וועלט־קאָנגרעס פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם ”העברעיִשן אוניווערסיטעט“ אין ירושלים האָט מען אַרײַנגעשטעלט דעם ייִדיש־שפּראַכיקן פּאַנעל אין אַ קליינעם קלאַסצימער, האַלטנדיק אַז ס׳איז נישטאָ קיין עולם אויף צו הערן רעפֿעראַטן אויף מאַמע־לשון. דער סוף איז געווען, אַז אַזוי פֿיל מענטשן זענען געקומען הערן דעם פּאַנעל, אַז אַ סך פֿון זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וווּ צו זיצן.

די זעלביקע איז אויך שייך די ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־אוידיציעס און דעם אינטערעס צו ייִדיש אין ישׁראל בכלל. ווען מען וואָלט געשאַפֿן נײַע פּראָגראַמען און זיי געהעריק פֿאַרפּירסומט, וואָלטן אַ סך מער מענטשן זיך צוגעהערט צו זיי ווי מע מיינט.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אפֿשר פֿאַרגעסן אין ייִדיש אָבער זי איז פֿאַר דער ייִדישער מדינה ווײַט ניט אומרעלעוואַנט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.