ייִדיש־וואָך מאָמענטן

Yiddish Week Moments

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 31, 2017, issue of August 25, 2017.

אויף דער הײַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟ זענען איבער 150 מענטשן געקומען כּדי צו שפּילן ספּאָרט, זינגען לידער, הערן רעפֿעראַטן און געניסן פֿונעם שיינעם וועטער אין קאָפּייק, ניו־יאָרק. די פּראָגראַם, די 44סטע אָרגאַניזירט דורך „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟, ברענגט צונויף ייִדיש־רעדערס פֿון פֿיר דורות — סטודענטן, יונגע פּאָרפֿעלקער, משפּחות מיט קינדער און עלטערע לײַט.

אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿון יהודית בראָ־פּינהאַסיק און מײַקל ראַבהאַר, זעט מען ווי די ייִדיש־וואָכניקעס זינגען לידער בײַ אַ געזאַנג־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון עטל ריים, ווי די ייִנגסטע קינדער מאַכן פֿיזישע געניטונגען, ווי מע מאַכט חבֿדלה און ווי סאָסיע פֿאָקס פֿירט אָן מיטן „ווײַבערטײַטש‟־אָוונט. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער „ייִדיש־וואָך‟ בכלל, באַזוכט: https://yugntruf.org.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7




Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.