פּרשת כּי־תבֿוא, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Ki Sovoy, 5777

YEHUDA BLUM

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 07, 2017, issue of August 25, 2017.

„כּי תבֿוא אל האָרץ‟, ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ־ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש ווי אַ קרבן אינעם בית־המיקדש – זאָגט דער אייבערשטער אָן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בײַם ברענגען די ערשטע פּירות – די ביכּורים – פֿלעגט מען זאָגן געוויסע פּסוקים צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַרן באַפֿרײַען דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. פּונקט די זעלבע פּסוקים געפֿינען זיך אויך אין דער פּסחדיקער הגדה.

גאַנץ חידושדיק, זאָגט דער מדרש, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דער מיצווה פֿון ביכּורים. דאָס וואָרט „בראשית‟, מיט וועלכן עס הייבט זיך אָן די גאַנצע תּורה, ווערט זעלטן דערמאָנט אינעם חומש, בלויז אין אַ פּאָר געציילטע ערטער. אין אונדזער סדרה ווערן די ערשטע פּירות אָנגערופֿן „ראשית כּל פּרי האדמה‟. די חז״ל באַטאָנען אינעם מדרש, אַז צוליב דער דאָזיקער מיצווה האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די גאַנצע מעשׂה־בראשית.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז מע מוז נישט אָננעמען אַלע מדרשים און תּלמודישע אַגדות אין אַ בוכשטעבלעכן זין. למשל, די חז״ל זאָגן, אַז משה רבינו איז געווען 20 אַמות – הייסט עס, בערך 10 פֿוס – הויך. הגם אין די פּאָפּולערע חסידישע קינדער־ביכער טרעפֿן זיך טאַקע בילדער, וואָס שילדערן אונדזער נבֿיא ווי אַ פֿאַנטאַסטישן ריז, דערקלערן די קלאַסישע מפֿרשים, אַז די חכמים מיינען די גרויסע גײַסטיקע „הייך‟ פֿון משה רבינוס חכמה. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מענטשן איז ער געווען אַ ריזיקער חכם.

ווי אַן אַנדער בײַשפּיל, קאָנען מיר דערמאָנען דעם באַקאַנטן מאמר־חז״ל, לויט וועלכן יעקבֿ אָבֿינו איז נישט געשטאָרבן. הגם מע האָט אים באַלזאַמירט און באַערדיקט, איז ער פֿאָרט געבליבן לעבן. דער מהרש״אָ, מהר״ל און אַנדערע קלאַסישע קאָמענטאַטאָרן זענען מסביר, אַז בגשמיות איז יעקבֿ, אַוודאי, ניפֿטר געוואָרן אָבער צוליב זײַן אָנגייענדיקער השפּעה ווערט ער פֿאַררעכנט פֿאַר אַ לעבעדיקן מענטש.

לויט אַן אַנדער הסבר, רעדן די חז״ל וועגן אַ געוויסן אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, וואָס הייסט אויך „יעקבֿ‟. יעדע נשמה פֿון אַ צדיק שטאַמט פֿון אַ הימלישן אַרכעטיפּ, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען. נאָך דער פּטירה, ווערט דער צדיק פֿאַראייניקט מיט זײַן געטלעכן שורש. דער הימלישער יעקבֿ, דער אַרכעטיפּ פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק איז, אַוודאי, געבליבן אויפֿן זעלבן אָרט ברוחניות, ווען דער גשמיותדיקע יעקבֿ איז אַוועק פֿון דער פֿיזישער וועלט.

אַזוי צי אַזוי, שטעקט אין די מדרשים אַלעמאָל גאָר אַ טיפֿער באַדײַט. אַדרבה, ווען אַ מדרש ווערט אָנגענומען אין אַ בוכשטעבלעכן זין, בלײַבט דערין נאָך אַלץ באַהאַלטן אַ טיפֿערער רוחניותדיקער רמז. דער צמח־צדק – דער דריטער רבי פֿון חב״ד – האָט געזאָגט, אַז אין איין שורה פֿון מדרשים באַהאַלטן זיך מער סודות־התּורה, ווי אין אַ גאַנצער זײַט פֿונעם ספֿר־הזוהר.

למעשׂה, איז הײַנט אוממעגלעך מקיים צו זײַן די מיצווה פֿון ביכּורים אינעם גשמיותדיקן זין, ווײַל אונדזער בית־המיקדש איז חרובֿ געוואָרן. אַ צאָל באַקאַנטע מקובלים, אַרײַנגערעכנט דעם ראַדווילער רבין אין זײַן גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר „אור יצחק‟, באַטאָנען, אַז אין משיחס צײַטן וועלן מער נישט זײַן קיין בוכשטעבלעכע קרבנות. די תּפֿילות, וואָס די אַנשי־כּנסת־הגדולה האָבן אײַנגעפֿירט אַנשטאָט די קרבנות, וועלן אַליין דינען ווי דער עכטער קרבן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער לאָגיק פֿונעם ראַדווילער רבין, איז אויך נישט קלאָר, צי מיר וועלן זיך נייטיקן אין אַ נײַעם פֿיזישן בית־המיקדש. אין זײַן ספֿר באַטאָנט דער דאָזיקער חסידישער צדיק כּסדר, אַז די מענטשלעכע נשמה אַליין, וווּ עס וועט זיך אַנטפּלעקן דאָס געטלעכע ליכט, וועט זײַן דער אמתער נײַער בית־המיקדש.

ווײַט נישט אַלע חסידישע רביים זענען מסכּים מיט אַזאַ ריין־רוחניותדיקן צוגאַנג. פֿונדעסטוועגן, איז דאָך קלאָר, אַז אינעם איצטיקן מאָמענט און במשך פֿון כּמעט 2,000 יאָר איז די מיצווה פֿון ביכּורים געבליבן בלויז אַ טעאָרעטישע. אויב זי איז אַזוי פֿונדאַמענטאַל־וויכטיק, אויב די עקזיסטענץ פֿון דער גאָרער וועלט ווענדט זיך אין איר, פֿאַרוואָס זשע קאָנען מיר זי נישט מקיים זײַן הײַנט ווי געהעריק? אין דעם פֿאַל מוזן מיר זיכער מאַכן דעם אויספֿיר, אַז די חז״ל זענען מרמז אויף אַ רוחניותדיקן באַדײַט פֿון דער דאָזיקער מיצווה, וואָס בלײַבט אַלעמאָל אַקטועל, אומאָפּהענגיק פֿונעם גשמיותדיקן בית־המיקדש.

אין מצרים האָבן ייִדן געלעבט אין אַ פֿאַרפּלאָנטערטער „חלומדיקער‟ וועלט. דער ערשטער טשערנאָבילער רבי דערקלערט אין זײַן קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור עיניים‟, אַז ביז יציאת־מצרים און מתּן־תּורה האָט די וועלט עקזיסטירט בלויז במחשבֿה – ווי אַ חלום. אויב ייִדן וואָלטן, חלילה, נישט מקבל געווען די תּורה, וואָלט דער גאַנצער אוניווערס צעשטערט געוואָרן. ווען די ייִדן זענען נאָך 40 יאָר וואַנדערונגען אין מידבר, אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל און דאָרטן באַדאַנקט דעם רבונו־של־עולם מיט די ערשטע פּירות, האָבן זיי „פֿיקסירט‟ די וועלט. דער פֿריִערדיקער חלומדיקער וואַנדער־כאַאָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָנקרעטער וואָר.

אַוודאי, ווי געזאָגט, מוזן מיר נישט אָננעמען אַזעלכע מיסטישע אָפּטײַטשן פֿון מדרשים צו בוכשטעבלעך. אינעם רוחניותדיקן זין, איז אָבער דער דאָזיקע מדרש גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. יעדן פֿרימאָרגן, ווען מע וועקט זיך אויף און זאָגן „מודה אַני‟, איז מען מקיים אינעם גײַסטיקן זין די מיצווה פֿון ביכּורים. מיר באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַר די ערשטע פּירות פֿונעם נײַעם טאָג – אונדזער עצם־עקזיסטענץ. יעדן טאָג שטאַרבן אין דער וועלט אין זייער שלאָף, פֿאַר אונדז נישט געדאַכט, טויזנטער מענטשן. זייער חלום־וועלט פֿירט זיי אַוועק, האָפֿנטלעך, אינעם ליכטיקן גן־עדן אַרײַן, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער טאָג־טעגלעכער וואָר. ברענגענדיק די „ביכּורים‟ מיט אונדזער „מודה אַני‟ באַשטעטיקן מיר טאַקע, אַז די וועלט אַרום אונדז עקזיסטירט נאָך אַלץ. עס קומט אַ נײַער טאָג און עס הייבט זיך אָן אַ נײַער שטאַפּל פֿונעם לעבן.

במשך פֿון אונדזער לעבנס־וועג, דאַרפֿן מיר שטרעבן אַרויסצוגיין פֿונעם פּערזענלעכן מצרים. עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען אונדזער מצבֿ, וואָס האָט ביז איצט אויסגעזען אײַזן־שטאַרק און סטאַביל, פֿאַלט זיך פֿאַנאַנדער אויף אַן אינגאַנצן אומגעריכטן אופֿן. מיר זענען שקלאַפֿן פֿון אונדזער אייגענעם יצר־הרע און אין אונדזער לעבן שטעקט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אַ חלומדיקער עלעמענט. ווען מיר וועקן זיך אויף אין אַ באַקוועם בעט, געזונט און שטאַרק, אַרומגערינגט מיט אונדזערע קרובֿים, כּדי צו דאַוונען, גיין צו דער אַרבעט, שמועסן מיט די חבֿרים, אײַנקויפֿן די פּראָדוקטן צו עסן, מיינט עס, אַז מיר זענען דורכגעגאַנגען נאָך אַ טראָט אויפֿן לאַנגן וועג צום געטלעכן ליכט.

דאָס טאָג־טעגלעכע רוטין־לעבן איז אונדזער אייגענער מצרים. ווען אונדז דאַכט זיך, אַז אַלץ גייט כּשורה, אַז יעדער טאָג ברענגט מזל און פּרנסה, איז עס אַ סימן, אַז מיר זענען פֿאַרשקלאַפֿט. רבי נחמן בראַצלעווער באַטאָנט, אַז יעדער טאָג ברענגט אַ נײַע אַנטפּלעקונג פֿון געטלעכקייט – יעדעס מאָל אַזוי אָריגינעל, אַז מע קאָן זיך אַפֿילו נישט דערמאָנען די גײַסטיקע דערפֿאַרונגען פֿונעם נעכטיקן טאָג. אין דעם זין, באַקומט זיך אַז דער אמתער וואָר דאַרף זיך שטענדיק בײַטן ווי אַ חלום, און דאָס סטאַבילער שטילע לעבן איז דווקא מצרים – חושך און שקלאַפֿערײַ.

כּדי אַרויסצוגיין פֿון אונדזער פּערזענלעכן מצרים, מוזן מיר יעדן טאָג ברענגען נײַע „ביכּורים‟ – באַטראַכטן דאָס גאַנצע פֿריִערדיקע לעבן ווי אַ מין חלום אין זיך אַלעמאָל אויפֿוועקן, זוכנדיק נײַע וועגן אין עבֿודת־השם. אַוודאי איז גוט ווען אונדזער לעבן גייט כּשורה, אָבער מע מוז תּמיד זוכן נײַע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען און ברענגען „ביכּורים‟, ווען עס הייבט זיך אָן אַ נײַער שריט פֿון אונדזער לעבן, באַטראַכטנדיק דעם עבֿר און דאַנקענדיק דעם באַשעפֿער פֿאַרן איצטיקן מאָמענט.

אין דער הײַנטיקער סדרה שטייען ווײַטער אומגעוויינטלעכע גאָר אינטערעסאַנטע פּסוקים: „את השם האמרת היום‟ און „והשם האמירך היום‟. „דו האָסט הײַנט געמאַכט דעם אייבערשטן רעדן צו דיר — זאָגט די הייליקע תּורה — דעריבער האָט דער אייבערשטער דיך געמאַכט הײַנט רעדן.‟ אין די דאָזיקע פּסוקים ווערט וווּנדערלעך דערקלערט די שטענדיקע „רעקורסיע‟ פֿון אונדזער מענטשלעך וועזן, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דיאַלאָג מיטן רבונו־של־עולם. ווען מיר ברענגען אונדזערע „ביכּורים‟, באַדאַנקענדיק דעם אייבערשטן פֿאַרן נײַעם טאָג, רעדט ער דורך אונדזערע מײַלער. ווען מיר פֿאַרטראַכטן זיך וועגן דעם, איז עס טאַקע דאָס „ראשית‟ – דער יסוד, אויף וועלכן עס שטייט די גאַנצע וועלט. ווען מיר פֿאַרשטייען, אַז אונדזערע „ביכּורים‟ זענען גופֿא אַן ענטפֿער פֿונעם באַשעפֿער, וועלכער לייגט אין אונדז אַרײַן נײַע כּוחות, ווערט די וועלט פֿאַר אונדז געבויט פֿון ס׳נײַ, לעבעדיק און באַדײַטפֿול.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.