באַרימטע יוטוב־פּערזענלעכקייטן װיצלען זיך אויף ייִדיש

YouTube Celebrities Kibbitzing in Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 10, 2017, issue of August 25, 2017.

די ישׁראלדיקע קאָמעדיע טרופּע Sugar Zaza, וואָס באַשטייט פֿון די קאָמיקער און יוטוב־פּערזענלעכקייטן אור פּז (אָר פּאַז) און תּום טרגר (טאָם טרעגער), איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אין לאַנד. 

זייער אַבסורדע קאָמעדיע־סקיצן, אַנימאַציעס און טעלעוויזיע־סעריע אויפֿן ישׂראלדיקן „קאָמעדי־צענטראַל‟ האָבן שױן דערגרייכט הונדערטער טויזנטער צוקוקער. דאָס פּאָרל איז באַרימט פֿאַר זײַן סאַטירע פֿון דער ישׁראלדיקער געזעלשאַפֿט און פֿאַר די לאַנג־אָנגייענדיקע פּריוואַטע וויצן, וואָס באַווײַזן זיך יאָר־אײַן יאָר־אויס אין זייערע סקיצן. וועלטלעכע היפּסטערס, האָבן זייערע רוטינען געוויינטלעך ניט קיין שײַכות צו דער ייִדישער טראַדיציע, שוין אָפּגערעדט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור.

לעצטנס האָט Sugar Zaza אַרויסגעלאָזט צוויי נײַע ווידעאָס מיט אַן אַומדערוואַרטן גאַסט־שטערן: בעלאַ בריקס־קלײַן, די תּל־אָבֿיבֿער כּלל־טוערין און אַקטיוויסטקע לטובֿת ייִדיש, וואָס העלפֿט צו שאַפֿן פּירסום פֿאַר אַלע ייִדיש־אַקטיוויטעטן אין לאַנד. אין די צוויי ווידעאָס שפּילט בעלאַ אַ מין סופּערהעלדין וואָס לערנט אויס די יונגע ישׁראלדיקע היפּסטערס ייִדיש און צווינגט זיי צו מאַכן געניטונגען בשעתן איבערחזרן ייִדישע אויסדרוקן. 

אין איינעם פֿון די עפּיזאָדן באַזוכן תּום און אור דעם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ בעלאַ רעדט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש און די ראָלע פֿון ייִדיש אין איר לעבן. אין דער אַנדער סקיצע רעדן זיי צווישן זיך אויף ייִדיש, אַ שטייגער ווי לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלמאַן פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟. 

די ביידע עפּיזאָדן זענען גאַנץ פּאָפּולער: במשך פֿון בלויז דרײַ טעג האָט מען זיי געקוקט איבער 80,000 מאָל.