די ייִדישע געשיכטע פֿון דער צפֿון־קאָרעיִשער באָמבע

The Jewish History of the North Korean Bomb

YEHUDA BLUM

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 12, 2017, issue of August 25, 2017.

דעם 3טן סעפּטעמבער איז די גאַנצע וועלט – בפֿרט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַ צאָל אַנדערע מערבֿדיקע לענדער – צערודערט געוואָרן צוליב דעם הצלחהדיקן עקספּערימענט מיט אַ וואַסערשטאָף־באָמבע אין צפֿון־קאָרעע.

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט געוואָרנט, אַז זײַן לאַנד וועט מער נישט האָבן קיין געדולד פֿאַר צפֿון־קאָרעע, אָבער צוגעגעבן, אַז אַנשטאָט מיליטערישע אַקציעס איז בעסער צו לייזן דעם קאָנפֿליקט דורך דיפּלאָמאַטישע מיטלען. אין דער וועלטפּרעסע האָבן זיך אָנגעהויבן די דעבאַטן, צי צפֿון־קאָרעע וועט לײַדן פֿון נײַע סאַנקציעס, אָדער האָט זי טאַקע מיט דערפֿאָלג געסטראַשעט מיט איר מעכטיקער באָמבע די אַמעריקאַנער רעגירונג.

אַ גאַנצע ריי פּאָליטישע אַנאַליטיקער האָבן געוואָרנט, אַז צפֿון־קאָרעע איז אַ סכּנותדיקע מלוכה, וואָס מע קאָן נישט פֿאָרויסזאָגן, וואָס זי וועט טאָן. להיפּוך, די קריטיקער פֿון אַזאַ צוגאַנג האָבן באַטאָנט, אַז דווקא צפֿון־קאָרעע איז אַן אינגאַנצן פֿאַרשטענדלעכע מלוכה מיט אַ קלאָרער שטרענג באַשטימטער אידעאָלאָגיע. כּל־זמן אין צפֿון־קאָרעע בעלעבאַטעוועט דער פּאַרטיי־פֿאָרזיצער קים טשענג־אין, בלײַבט זײַן פּאָליטישער קורס גאַנץ קלאָר. צפֿון־קאָרעע וויל סטראַשען די וועלט מיט איר געווער, אָבער קלײַבט זיך קיינעם נישט אַטאַקירן למעשׂה, כּל־זמן מע לאָזט זי צו רו.

דער אויפֿרײַס פֿון דער ערשטער אַמעריקאַנער טערמאָנוקלעאַרער באָמבע אין 1952
WIKIPEDIA
דער אויפֿרײַס פֿון דער ערשטער אַמעריקאַנער טערמאָנוקלעאַרער באָמבע אין 1952

עטלעכע מײַנע באַקאַנטע, בתוכם צום ווייניקסטן דרײַ ייִדן, האָבן באַזוכט צפֿון־קאָרעע און זענען, בדרך־כּלל, געבליבן צופֿרידן, הגם וווינען דאָרטן וואָלטן זיי בשום־אופֿן נישט געוואָלט. יאָ, דאָס לאַנד איז טיף דורכגעזאַפּט מיט אַ ספּעציפֿישן קולט פֿון קימס פּערזענלעכקייט. אין דרום־קאָרעע הערשט אָבער אויך אַ שטאַרקע אידעאָלאָגיע, אָבער אַ קאַפּיטאַליסטישע, וואָס דער דאָרטיקער עולם שטיצט ממש ווי אַ רעליגיע. ווען מע פֿאָרט אַריבער די גרענעץ צווישן די צוויי צעטיילטע קאָרעיִשע לענדער, פֿילט זיך, אַז אַנשטאָט די קריסטלעכע בראָשורן וועגן יעזוס, וואָס די קריסטלעכע מיסיאָנערן פֿאַרשפּרייטן אויף די גאַסן פֿון סעול, קומט מען אַרײַן אויף דער טעריטאָריע פֿון זײַן קאָנקורענט, „אונדזער באַליבטער פֿאָרזיצער קים‟. צוליב זײַן גענויער אידעאָלאָגיע, דאַרף מען זיך נישט זאָרגן צופֿיל: אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע משוגע־דעסטרוקטיווע קולטן, וויל ער בלויז ווײַזן, אַז זײַן לאַנד איז בכּוח זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די סאַמע אַנטוויקלטע טעכנאָלאָגיעס, אַרײַנגערעכנט די מיליטערישע.

די צפֿון־קאָרעיִשע רעגירונג דערמאָנסטירט אַ מאָדעל פֿון זייער וואַסערשטאָף־באָמבע מיט אַ פּאָר שעה פֿאַרן אויפֿרײַס
COURTESY OF Korean Central News Agency
די צפֿון־קאָרעיִשע רעגירונג דערמאָנסטירט אַ מאָדעל פֿון זייער וואַסערשטאָף־באָמבע מיט אַ פּאָר שעה פֿאַרן אויפֿרײַס

אַזוי צי אַזוי, האָבן די זשורנאַליסטן אין דער הויפּטשטראָמיקער פּרעסע זעלטן דערמאָנט דעם טעכנישן אַספּעקט פֿון דער נײַער צפֿון־קאָרעיִשער באָמבע, אויף וויפֿל מע פֿאַרשטייט איר קאָנסטרוקציע. אַ צאָל אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן יאָ איבערגעגעבן, מיט אַ צאָל וויסנשאַפֿטלעכע פּרטים און השערות, אַז צפֿון־קאָרעע סטראַשעט איצט די וועלט מיטן „דיזײַן פֿון טעלער־אולאַם‟. קיינער האָט אָבער נישט דערמאָנט, אַז די דאָזיקע מיסטעריעזע פֿראַזע מיינט די נעמען פֿון צוויי ייִדן, וועלכע האָבן אויסגעאַרבעט די ערשטע טערמאָנוקלעאַרע באָמבע אין אַמעריקע און געעפֿנט דערמיט דעם מסוכּנעם „קאַסטן פֿון פּאַנדאָרע‟.

כּדי צו שאַפֿן אַ טערמאָנוקלעאַרע באָמבע, מוז מען צובינדן אויף אַ געוויסן אופֿן אַן אָנלאָד פֿון שווערע וואַסערשטאָף־איזאָטאָפּן צו אַ געוויינטלעכער אַטאָם־באָמבע, וואָס נייטיקט זיך אין אַ ממשותדיקן סכום פֿונעם באַרײַכטערטן אוראַניום אָדער פּלוטאָניום. דער נוקלעאַרער אויפֿרײַס צידנט אָן דעם שטאַרקערן טערמאָנוקלעאַרן אויפֿרײַס. די אַטאָמען פֿון אוראַניום אָדער פּלוטאָניום צעפֿאַלן זיך, אַרויסלאָזנדיק אַ ריזיקע ענערגיע, און די וואַסערשטאָף־אַטאָמען ווערן, פֿאַרקערט, „צונויפֿגעקלעפּט‟, שאַפֿנדיק דערמיט אַ גרעסערן אויפֿרײַס־כּוח.

אַוודאי, איז דער פּינקטלעכער פּראָצעס מער קאָמפּליצירט און בלײַבט אין אַ געוויסער מאָס אַ מלוכישער סוד פֿון די לענדער, וואָס פֿאַרמאָגן אַ נוקלעאַרן אַרסענאַל. בדרך־כּלל איז אָבער באַוווּסט, אַז טעלער און אולאַם האָבן צוגעטראַכט, צווישן אַנדערע חידושים, אַ מעטאָד, וואָס דערמעגלעכט צו שאַפֿן טריטיום, דעם שווערן ראַדיאָ־אַקטיוון וואַסערשטאָף־איזאָטאָפּ, גלײַך בעת דעם אויפֿרײַס פֿון אַן אַנדער עלעמענט – ליטיום.

עדוואַרד טעלער
WIKIMEDIA
עדוואַרד טעלער

עדוואַרד טעלער, אַן אונגערישער ייִד, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אינעם יאָר 1908. זײַן מאַמע איז געווען אַ פּיאַניסטקע און דער טאַטע – אַן אַדוואָקאַט. זייער זון איז אָבער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע און געוואָרן אַ פּראָמינענטער פֿיזיקער. זײַן שותּף, סטאַניסלאַוו אולאַם, איז געווען אַ לעמבערגער ייִד, געבוירן אין 1909. זײַענדיק אויך אַ זון פֿון אַן אַדוואָקאַט, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין פֿיזיק און מאַטעמאַטיק.

אין אַמעריקע, האָבן טעלער און אולאַם זיך געטראָפֿן מיט דזשאָן (יונה) פֿאָן־־נוימאַן – איינער פֿון די אָבֿות פֿון קאָמפּיוטערײַ. אַליין אַ ייִד פֿון אונגערן, האָט פֿאָן־נוימאַן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם שאַפֿן די ערשטע נוקלעאַרע באָמבע, ווי אַ טייל פֿונעם „מאַנהעטן־פּראָיעקט‟, בראָש מיט יוליוס־ראָבערט אָפּענהײַמער, אַן אַמעריקאַנער־געבוירענער ייִדישער פֿיזיקער.

דעם 31סטן אָקטאָבער אָדער דעם 1טן נאָוועמבער 1952, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג אויפֿגעריסן דעם מכשיר, אויסגעאַרבעט דורך טעלער און אולאַם, אויפֿן אינדזל עניוועטאַק אינעם פּאַציפֿישן אָקעאַן. דער רעזולטאַט איז געווען אַ שרעקלעכער: 450 מאָל שטאַרקער, ווי די טרויעריק־באַרימטע באָמבאַרדירונג פֿון נאַגאַסאַקי אין יאַפּאַן. אין עטלעכע חדשים אַרום, האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד אַן אייגענע טערמאָנוקלעאַרע באָמבע – די ערשטע אין דער וועלט, וואָס איז געווען גרייט אויסגענוצט צו ווערן ווי אַ פּראַקטיש געווער. מיטן פּראָיעקט האָבן אָנגעפֿירט אַנדריי סאַכאַראָוו און יולי כאַריטאָן, אַ ייִד פֿון פּעטערבורג.

סטאַניסלאַוו אולאַם
WIKIMEDIA
סטאַניסלאַוו אולאַם

עס טרעפֿן זיך אין דער מענטשלעכער געשיכטע געניעלע דערפֿינדונגען און אַנטדעקונגען, וואָס בײַטן דאָס פּנים פֿונעם גאַנצן פּלאַנעט. איז אָבער אַ באָמבע, וואָס קאָן צעשטערן, אין פּרינציפּ, אַ גאַנץ לאַנד, צעברעכנדיק דערבײַ אויף לאַנג די קאָמוניקאַציע־סיסטעמען אין הונדערטער מײַל אַרום און אַפֿילו די סאַטעליטן אינעם הימל, טאַקע אַ נוצלעכע המצאה? צפֿון־קאָרעע קאָן זײַן אַ משוגענע מלוכה, אָבער ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז לכתּחילה האָבן זייער הײַנטיקע „סטראַשילדע‟ צוגעטראַכט עטלעכע ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע.

פֿונדעסטוועגן, איז עס געווען גאָר אַ וויכטיקער שריט אין וויסנשאַפֿט.

וואָס שייך דעם פֿרידלעכן באַנוץ פֿון די דערמאָנטע אַנטדעקונגען, בויט מען איצט די ערשטע טערמאָנוקלעאַרע עלעקטראָ־סטאַנציע ITER אונטער דער ערד אין דרום־פֿראַנקרײַך. לויטן פּלאַן, קלײַבט מען זיך עס אָנצוצינדן מיטן פֿולן כּוח בערך אין 18 יאָר אַרום. האָפֿנטלעך, וועט די סטאַנציע טאַקע ווערן אַ גוטער מוסטער פֿון פֿרידלעכן באַנוץ פֿון טערמאָנוקלעאַרע רעאַקציעס, וואָס ווערט הײַנט, צום באַדויערן, אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט מאַסן־צעשטערונג און פּאָליטישע מהומות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.