גרויס געשלעג אין פּאָנעוועזשער ישיבֿה פֿון בני־ברק

Large Fight at Ponovezh Yeshiva in Bnei Barak

WIKIMDIA

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 12, 2017, issue of August 25, 2017.

עס קלינגט אפֿשר ווי אַ ידיעה פֿון אַ ביליקער וואַרשעווער צײַטונג פֿון צווישן די צוויי וועלט־מלחמות אָבער לויט אַ באַריכט פֿון „ערוץ 7‟ איז לעצטנס אויסגעבראָכן אַ ריזיק געשלעג צווישן צוויי צדדים ישיבֿה־בחורים אין דער וועלט־באַרימטער ליטווישער פּאָנעוועזשער ישיבֿה פֿון בני־ברק.

דער צוזאַמענשטויס האָט במשך פֿון געוויסע מאָמענטן אויסגעזען ווי אַ געמיש פֿון אַ מהומה און אַן עכטער מיליטערישער שלאַכט. בחורים האָבן געוואָרפֿן בענקלעך אין דער קאַפֿעטעריע און אַפֿילו געשפּריצט איינער דעם אַנדערן מיט טרערנגאַז, באַהאַלטנדיק זיך הינטער די טישן, וואָס זיי האָבן פֿאַרוואַנדלט אין „פֿעסטונגען‟. אַכט מענטשן זענען אַרעסטירט געוואָרן. בסך־הכּל שאַצט מען, דער היזק צום ישיבֿה־בנין וועט אָפּקאָסטן צענדליקער טויזנטער שקלים.

דאָס געשלעג איז פֿאָרגעקומען צווישן די אָנהענגער פֿון צוויי קעגנדיקע רבנים. די שטיצער פֿון הרבֿ שמואל מאַרקאָוויטש, וואָס זייערע קעגנער רופֿן זיי אָן די „האַסער‟, און די אָנהענגער פֿון הרבֿ אליעזר כּהנמן, וועמענס קעגנער רופֿן זיי די „טעראָריסטן‟. די צוויי רבנים דינען פֿאַקטיש ביידע ווי ראָשי־ישיבֿה פֿון באַזונדערע ישיבֿות אינעם זעלבן ישיבֿה־בנין.

די צוויי צדדים האַלטן אָפּ געוויינטלעך אַ מין שלום־אָפּמאַך אָבער דער סטאַטוס־קוואָ איז לעצטנס איבערגעריסן געוואָרן נאָך דעם וואָס איין צד האָט איבערנומען אַ קלאַסצימער און עמעצער פֿונעם אַנדערן צד האָט באַשמירט די ווענט מיט לאָזונגען קעגן זייער רבין.

די פּאָנעוועזשער ישיבֿה ווערט באַטראַכט ווי איינע פֿון די הויפּט־ישיבֿות פֿונעם ליטווישן לאַגער. זי איז געגרינדעט געוואָרן אין 1908 אינעם ליטווישן שטעטל פּאָנעוועזש און איז אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון הרבֿ יוסף שלמה כּהנמן געוואָרן וועלט־באַרימט ווי אַ צענטער סײַ פֿון לימודי־קודש, סײַ פֿון טרענירן חרדישע פּאָליטיקער און עסקנים אין דער ליטע (יוסף כּהנמן האָט אַליין עטלעכע יאָר געדינט ווי אַ דעפּוטאַט אינעם ליטווישן פּאַרלאַמענט).

כּהנמן האָט איבערגעלעבט די מלחמה אַ דאַנק דעם וואָס ער איז צופֿעליק געווען אין ישׁראל כּדי צו זאַמלען געלט ווען די סאָוועטן זענען אַרײַן אין ליטע אָבער כּמעט אַלע פֿון זײַנע תּלמידים זענען דערמאָרדעט געוואָרן. ער האָט באַוויזן ווידער אויפֿצושטעלן די ישיבֿה אין בני־ברק, וווּ זי איז הײַנט וועלט־באַרימט סײַ פֿאַר אירע לימודים, סײַ, ליידער, פֿאַר די שטאַרקע מחלוקתן צווישן אירע תּלמידים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.