ערבֿ ראָש־השנה אין קאָוונער געטאָ

Rosh Hashanah Eve in the Kovno Ghetto

YIVO INSTITUTE FOR JEWISH RESEARCH

פֿון מאיר יעלין

Published September 14, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

געווען איז ער אַ זון פֿון וואַרשעווער זשורנאַליסט שבתי קלוגמאַן, אַ פּליט מיט זײַן משפּחה. ער האָט איבערגעלעבט די קאָוונער געטאָ, דעם קאַצעט דאַכאַו. נאָך דער באַפרײַונג — עולה געווען, אָנגענומען דעם נאָמען שבתי קשב. געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון דער העברעיִשער טאָגצײַטונג „דבֿר”. אָנהייב די זעכציקער יאָרן האָט ער אונטער דעם פּסעוודאָנים ק. שבתאי אָפּגעדרוקט אין עבֿרית און ייִדיש אַ רושם־מאַכנדיקע גרעסערע בראָשור „כצאן לטבח?” – „ווי שאָף צו דער שחיטה?”.

מיט איבערצײַגעוודיקע פֿאַקטן דערווײַזט דער מחבר, ווי ווײַט אומגערעכט איז דער סטערעאָטיפּ אַז ייִדן, קרבנות פֿונעם נאַצי־קאַטאַקליזם, זענען געגאַנגען צו די מאַסן-עקזעקוציעס ווי שאָף צו דער שחיטה. די בראָשור האָט אויסגעהאַלטן עטלעכע אויפֿלאַגעס, איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, שפּאַניש און פֿראַנצייזיש. די משפּחה קלוגמאַן איז געווען אַ פּערזענלעכער בײַשפּיל פֿון ווידערשטאַנד. די טאָכטער איז אַנטלאָפֿן פֿון געטאָ, פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּאָלקע. דער צווייטער זון איז אַנטלאָפֿן אין אַ קריטישן מאָמענט, ניט קוקנדיק אויף אַלע סכּנות. ביידע זענען געבליבן לעבן אויף צו להכעיס דעם נאַצישן משחית.

YIVO INSTITUTE FOR JEWISH RESEARCH

הערט זיך אַ שאָס, דערנאָך נאָך עטלעכע. נאָך זיי — אַן אויסרוף אין דײַטש:

— אַזוי מאַרשירט מען?!

ס’איז אַ דײַטש פֿון דער טויערוואַך. איצט באַפֿעלט ער:

— שטיין בלײַבן!

און ווידער אַ שאָס. אַנשטאָט צו בלײַבן שטיין צעפֿאַלט זיך אונדזער קאָלאָנע. עמעצער פּרוּווט אָפּציִען זיך אויף צוריק. די קאָנוואָיִרן שטייען אָבער ווי אַ וואַנט הינטער אַלעמען און שטופּן אונדז פֿאָרויס. ניטאָ קיין צוריק!

— אַזוי מאַרשירט מען פֿאַרבײַ דײַטשן?! — רעוועט דער זעלבער דײַטש, צילנדיק אין אונדז מיט זיין קאַראַבין. — שטיין בלײַבן! די רייען אויסגלײַכן!!!

— ייִדן, בלײַבט שטיין! — בעטן זיך קולות.

קיינער פֿאָלגט אָבער ניט. מיר רוקן זיך פֿאָרויס צום אָפֿענעם טויער מיטן איינציקן ציל — אַרײַנכאַפּן זיך אין געטאָ.

— די „יודענזעק” אַרונטער! אויף אַן אָרט איבערלאָזן! — באַפֿעלט שוין אַ צווייטער דײַטש.

— ייִדן, ס’טויג ניט! מע גרייט אונדז עפּעס לכּבֿוד ראָש-השנה…. — טוט עמעצער אַ קרעכץ, אַראָפּנעמענדיק פֿון רוקן דאָס זעקל פּראָדוקטן.

מיר נעמען זיך איבערקוקן, איבעררוקן — אפֿשר וועט אַן אײַנגעשטעלט שטיקל אָרדענונג האַמעווען די רוצחים. זייער בלוטדאָרשט האָבן זיי שוין געקענט שטילן — עס וואַלגערן זיך טויטע ייִדן אויפֿן ברוק…

פּלוצעם, ווי אַ קאַטאַפּולטירטער, פֿליט אַדורך דעם טויער אַ יאַטל מיט אַ פֿול זעקל אין דער האַנט.

אַ וואַכמאַן לויפֿט אים נאָך. שיסט אין אים און טרעפֿט ניט. דעריאָגנדיק דאָס יאַטל, צילט ער אין אים שוין פֿון גאָר נאָענט. דאָס יאַטל פֿאַלט אויף די קני. צונויפֿגעלייגט די דלאָניעס ווי צום געבעט, אַפּעלירט ער צום דײַטש:

— הער פּאָסטן, גנעדיקער הער פּאָסטן, שיסט ניט!

טרוקן טוט אַ קנאַק דאָס געווער־צינגל. עס שווײַגט דער קאַראַבין. דער דײַטש ציט האַסטיק אָפּ דעם וואָפֿנשלאָס און איבערצײַגט זיך: אויסגעשאָסן אַלע קוילן. כאַפּט ער זיך צום פּיסטאָלעט. דאָס יאַטל ניצט עס אויס, שפּרינגט אויף, טוט זיך אַ לאָז פֿײַל־אויסן-בויגן, שוין אָן דעם פּעקל. האַרט פֿאַרן פֿאַרקערעווען זיך אין אַ געסל טרעפֿט אים די פּיסטאָלעטן-קויל.

ווי דערשפּירנדיק פֿײַער אונטער די פֿיס, טוען מיר זיך אַ וואַרף צום טויער, רײַסן זיך אַרײַן אין געטאָ, צעלויפֿן זיך, נאָכגעיאָגטע פֿון קוילן.

מיך מײַדן זיי אויס, אַ סימן — כ’פֿאַל אַרײַן אַ לעבעדיקער צו די אייגענע, האַלטנדיק פֿאַרקראַמפֿט דאָס זעקל אין האַנט, און צעכליפּע זיך…