פּרשת נצבֿים־וילך, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Nitzovim-Veyelech, 5777

YEHUDA BLUM

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 14, 2017, issue of August 25, 2017.

די הײַנטיקע טאָפּלטע פּרשה באַשטייט פֿון צוויי טיילן, וואָס טראָגן היפּוכדיקע נעמען און זענען געווידמעט, אויפֿן ערשטן בליק, פֿאַרקערטע ענינים.

די פֿראַזע „אַתּם נצבֿים היום כּולכם‟ מיינט „איר שטייט הײַנט אַלע‟; עס גייט אַ רייד וועגן דעם אַחדות פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, מענער און פֿרויען, קינדער און זקנים. משה רבינו האָט זיי אַלע פֿאַרזאַמלט, כּדי צו דערקלערן און דעמאָנסטרירן זייער אַחדות און דעם באַקאַנטן פּרינציפּ „כּל ישׂראל ערבֿים זה בזה‟ – אַז אַלע ייִדן טראָגן אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן.

דאָס וואָרט „וילך‟ איז טײַטש „און ער איז געגאַנגען‟. די תּורה דערציילט אונדז וועגן דעם לעצטן טאָג פֿון משה רבינוס לעבן. דער נבֿיא האָט געזאָגט זײַן פֿאָלק, אַז ער איז שוין 120 יאָר אַלט און מוז אַוועק אויף יענער וועלט. אין דער אמתן, געפֿינען מיר אין דבֿרי־חז״ל שפּעטערדיקע בײַשפּילן פֿון מענטשן, וואָס האָבן אָפּגעלעבט הונדערטער יאָר אָדער אַפֿילו אַרײַנגעקומען לעבעדיקערהייט אין גן־עדן און זענען בכלל נישט געשטאָרבן. צי מע זאָל מקבל זײַן אַזעלכע לעגענדעס אין אַ בוכשטעבלעכן זין, צי מע זאָל זיי פֿאַרשטיין מעטאַפֿאָריש, סימבאָליזירט די צאָל 120 אַ באַזונדערס גרויסע מדרגה פֿונעם מענטשלעכן שלמות.

דער טראָפּ אין דער פּרשה „וילך‟ שטייט אויף משהס אוניקאַלער פּערזענלעכקייט און שלמות. להיפּוך, אַקצענטירט זיך „נצבֿים‟ אויפֿן קאָלעקטיוון אַחדות פֿון אַלע ייִדן. אויב מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן, בינדן זיך ביידע חלקים פֿון אונדזער סדרה צונויף אויף אַ גאַנץ לאָגישן אופֿן. משה רבינו איז דער ראָש, וועלכער געפֿינט זיך אין שפּיץ פֿון זײַן פֿאָלק. די רשימה פֿון פֿאַרשיידענע מינים ייִדן קלינגט ווי אַ היעראַרכישע: קודם־כּל ראָשי־השבֿטים, זקנים און דערוואַקסענע מענער בכלל, דערנאָך – קינדער און פֿרויען, און בײַם סוף – גרים. הגם מע קאָן זיכער זאָגן, אַז דאָס איז בלויז אַן אילוזיע פֿון אַ היעראַרכיע, אָנגעשריבן אינעם אוראַלטן סטיל פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה, ווען די תּורה איז געגעבן געוואָרן, קלינגט די ליסטע מאָדנע פֿאַר אַ הײַנטיקן עגאַליטאַרישן אויער.

„נצבֿים‟ פֿאַלט אויס יעדעס יאָר פֿאַר ראָש־השנה און איז טיף פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן יום־טובֿ. על־פּי קבלה, ווערט דאָס גאַנצע וועזן כאַראַקטעריזירט דורך דרײַ קאַטעגאָריעס: עולם, שנה און נפֿש. יעדע זאַך האָט אַ געוויס אָרט אין אַ געוויסער וועלט – עולם – וווּ זי געפֿינט זיך אין אַ געוויסן מאָמענט פֿונעם יאָר – שנה – און האָט אַן אייגענעם נפֿש. אַפֿילו אַ שטיין „לעבט‟, ווען עס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ באַרג אָדער גיט צו אַ חן צו אַ פּייזאַזש. די גאַנצע וועלט האַלט זיך אין איין אַנטוויקלען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים.

אין זײַן דור, איז משה רבינו געווען דער ראָש, די נשמה פֿון דער וועלט. די צײַט אין אַלגעמיין לויפֿט אָבער ווײַטער און האָט אייגענע „אבֿרים‟. דער ראָש פֿון יעדן יאָר איז, פֿאַרשטייט זיך, ראָש־השנה. בײַם פֿאַרזאַמלען די ייִדן פֿאַר זײַן פּטירה, האָט משה זיי דערקלערט ווי אַזוי זיי זאָלן גיין ווײַטער. און פֿאַרקערט: הגם ער איז בגשמיות אַוועק, איז זײַן השפּעה געבליבן אויף אייביק. דאָס שטיין און דאָס גיין זענען אין דעם פֿאַל דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן.

דער ראָש־השנהדיקער מחזור איז דורכגעזאַפּט מיט בפֿירושע היעראַרכישע מאָטיוון, וואָס שילדערן דעם רבונו־של־עולם ווי דעם אַבסאָלוט־דערהויבענער מלך, וועלכער מישפּט זײַן גאַנצע באַשאַפֿונג, פֿון די העכסטע מלאָכים ביזן קלענסטן ווערעמל. דער מענטש שטייט אויף אַ חשובֿער מדרגה אין דער היעראַרכיע, אָבער פֿאָרט איז ער נישט די גרעסטע בריה.

פֿון דער צווייטער זײַט, הייבט זיך אָן די גמרא־מסכתּא „ראָש־השנה‟ מיט דער באַקאַנטער משנה, לויט וועלכער דער ערשטער טאָג אינעם חודש ניסן ווערט אָנגערופֿן „ראָש־השנה למלכים‟. די יאָרן זינט דעם טאָג, ווען אַ ייִדישער מלך איז אַרויף אויפֿן טראָן, פֿלעגט מען רעכענען דווקא אָנהייבנדיק פֿון ניסן, דעם ערשטן חודש פֿונעם יאָר.

דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז אַחוץ דעם דאָזיקן היסטאָרישן פּשט, שטעקט אין דער דערמאָנטער משנה אַ וווּנדערלעכער רמז: ווען ייִדן זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, האָבן זיי לכתּחילה געוואָלט שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וווּ יעדער מענטש איז אַ מלך. צוליב דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קעלבל, האָט זיך אַזאַ געזעלשאַפֿט נישט באַקומען. הגם דער נבֿיא שמואל האָט געוואָרנט ייִדן נישט נאָכצומאַכן דעם מלוכישן שטייגער פֿון די אַנדערע פֿעלקער, האָבן זיי פֿאָרט אָנגעהויבן אויסקלײַבן אייגענע מלכים. פֿון דעסט וועגן, איז דער חודש ניסן – „זמן חרותנו‟ – מרמז, אַז אין דער וועלט דאַרפֿן, אין פּרינציפּ, נישט זײַן קיין היעראַרכיעס. די פֿיר זין ווערן דערמאָנט אין דער פּסחדיקער הגדה דווקא נישט אין אַ היעראַרכישן סדר. ווער איז בעסער: דער חכם, דער תּם אָדער דער „שאינו יודע לשאול‟? על־פּי חסידות, קאָן אַ תּמימותדיקער עם־האָרץ צומאָל זײַן בעסער, ווי אַ חכם אַ כניאָק.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז ביידע ראָש־השנות – צוויי „קעפּ‟ פֿונעם יאָר – געפֿינען זיך אויף די היפּוכדיקע „פּאָלוסן‟ פֿונעם ייִדישן לוח, אין פֿרילינג און האַרבסט. אינעם מענטשלעכן קאָפּ זענען אויך פֿאַראַן צוויי קעגנזעצלעכע נטיות: צו באַטראַכטן די גאַנצע אַרומיקע וועלט אויף אַ היעראַרכישן שטייגער, צעשטעלנדיק אַלצדינג און אַלעמען אויף פֿאַרשיידענע „פּאָליצעס‟, און דער באַנעם פֿונעם גאַנצן וועזן ווי איין אָרגאַנישע, גלײַכווערטיקע גאַנצקייט.

אינעם באַוווּסטן שיינעם ראָש־השנהדיקן פּיוט, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער „האוחז ביד מדת משפּט‟, ווערט בולט באַטאָנט דער צווייטער וועלט־באַנעם. „וכל מאמינים‟ – און אַלע גלייבן, אַז דער אייבערשטער איז „הכּל יכול וכוללם יחד‟. אין זײַן אין־סופֿיקן ליכט, פֿאַראייניקט ער אַלע זאַכן – אַפֿילו אַזעלכע, וואָס זעען פֿאַר אונדז אויס אינגאַנצן היפּוכדיק און ליגן אין אונדזער שׂכל, געוויינטלעך, אויף באַזונדערע „פּאָליצעס‟.

אַן עכטער צדיק, וואָס זײַן נשמה איז באַלויכטן און צעשווענקט אין געטלעכקייט, לעבט איז אַ ליכטיקער וועלט, וווּ אַלע מענטשן זענען באַליבט און גלײַך. למשל, דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, דערציילט אין זײַנע זכרונות אַ לעגענדע, לויט וועלכער דער גרינדער פֿונעם דאָרף ליובאַוויטש, אַ ייִד מיטן נאָמען רב מאיר, איז געווען צווישן אַזעלכע יחידים.

מע קאָן זאָגן, אַז משה רבינו, זײַענדיק גאָר אַ גרויסער צדיק, האָט געוויזן זײַן פֿאָלק אַ מוסטער, אַ מין לעבעדיקן אימאַזש פֿון אַזאַ ליכטיקן באַנעם. אויפֿן ערשטן בליק, לייענען מיר אין אונדזער פּרשה, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן פֿאַרשיידענע גרופּעס מענטשן לויט די מדרגות פֿון זייער חשיבֿות. אין דער זעלבער צײַט, פֿילט זיך אין דער פּרשה אַ טעם פֿונעם טיפֿן און דערהויבענעם אַחדות. מע קאָן זאָגן, אַז דורכן פֿאַרזאַמלען דאָס פֿאָלק אויף אַן אויבערפֿלעכלעך היעראַרכישן שטייגער, האָט ער דווקא אָנגעוויזן, אַז ס׳איז מעגלעך צו דערגרייכן אַ העכערע השׂגה פֿון רוחניות, זיך אויפֿצוהייבן צוריק צו דער דערמאָנטער „ניסנדיקער‟ וועלט, וווּ יעדער מענטש איז אַ מלך.

אויף אַן ענלעכן אופֿן קאָנען מיר באַטראַכטן דעם תּוכן פֿון די ימים־נוראָים. עס שטייט געשריבן אין דער תּפֿילה „ונתנה תּוקף‟, אַז אַ מענטש איז גאָרנישט – אַזוי ווי אַ ברעקל ליים, אַ שאָטן, אַ וואָלקן, אַ חלום. טראַכטנדיק אַזוי, פֿאַרטאָן אין דער עבֿודת־התּשובֿה, קאָנען מיר פֿאַרשטיין און דערפֿילן, אַז „אין עוד מלבֿדו‟ – בלויז דער אייבערשטער איז בנימצא און לגבי אים איז אַלץ גאָרנישט.

אויב אַזוי, טאָרן מיר נישט אַראָפּקוקן אויף די אַנדערע מענטשן און זיכער נישט האַלטן זיי פֿאַר קליינע און נישטיקע. מיר זענען דאָך אַלע בלויז וואָלקנס און שאָטנס אינעם גרויסן געטלעכן „חלום‟. כּדי צוצוקומען צו אַזאַ באַנעם פֿונעם וועזן, מוז מען אָבער קודם זיך פֿאָרצושטעלן די ריזיקע היעראַרכיע פֿון מלאָכים און צדיקים, וואָס זענען אָן אַ שיִער העכער פֿון אונדז. הגם דאָס קלינגט ווי אַ פּאַראַדאָקס, קאָנען מיר דורך אַזאַ געדאַנקען־גאַנג זיך אַליין דערנענטערן צו די הויכע און ליכטיקע רוחניותדיקע וועלטן, ווײַל ברוחניות ווערט גרויסקייט דערגרייכט דורך ענווה און ביטול. די ימים־נוראָים זענען די טעג, ווען מיר שטייען אַלע „נצבֿים היום‟, כּדי דווקא צו פֿאַרשטיין, אַז אין די אויגן פֿונעם אייבערשטן זענען די חילוקים צווישן „גרויסע און קליינע‟, „אייגענע און פֿרעמדע‟, „חשובֿע און פּשוטע‟ בעצם נאַריש און רעלאַטיוו.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.