פֿיר שילן עפֿענען זיך אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד

Four Synagogues Open in the Former Soviet Union

די „ווײַסע שיל‟ אין יאַנישאָק
Lietuvos Zydu (Litvaku) Bendruomene
די „ווײַסע שיל‟ אין יאַנישאָק

פֿון ייִט״אַ

Published September 17, 2017, issue of August 25, 2017.

הײַיאָר האָבן נישט ווייניקער ווי פֿיר ייִדישע שילן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געעפֿנט זייערע טירן.

די אייגנאַרטיקסטע איז די עפֿענונג פֿון דער עלטסטער באַקאַנטער שיל אין ביראָבידזשאַן — די שטאָט פֿאַרלייגט דורך סטאַלין אין 1934 ווי אַן אַלטערנאַטיוו צום ציוניזם, און וואָס האָט געזאָלט ווערן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ.

די שיל, „בית־תּשובֿה‟, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1986 גלײַך נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז אין גיכן פֿאַרנאַכלעסיקט געוואָרן נאָך דעם ווי די ייִדן פֿונעם ראַיאָן האָבן עולה געווען קיין ישׂראל און אין די מערבֿדיקע לענדער. הײַנט באַטרעפֿן די ייִדן ווייניקער ווי 5% פֿון די אײַנוווינער אינעם ייִדישן אויטאָנאָמישן ראַיאָן.

די שיל איז געהאַט אַ תּל געוואָרן געליטן צוליב ערנסטע סטרוקטורעלע פּראָבלעמען: זי איז געהאַט געבויט געוואָרן אין אַ זומפּיקער ערד און האָט אויך געמוזט אויסשטיין גרויסע פֿרעסט. מיט דער צײַט איז ממש געוואָרן געפֿערלעך אַרײַנצוגיין.

פֿאַראַיאָרן האָט אָבער אַן אָרטיקער אונטערנעמער באַשלאָסן צו פֿינאַנצירן דעם רעמאָנט פֿון דער שיל. דעם 7טן סעפּטעמבער זענען צענדליקער אָרטיקע אײַנוווינער, אַ סך פֿון זיי — נישט־ייִדן וואָס האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין אַקטיווע שיל, בײַגעווען די צערעמאָניע אין וועלכער הרבֿ אלי ריס, אַ חב״ד־שליח וואָס באַדינט די אָרטיקע ייִדן, האָט אין דער רענאָווירטער שיל געבלאָזן שופֿר.

אַ צווייטע שיל האָט מען געעפֿנט אין דער פֿאַרמעגלעכער מאָסקווער פֿאָרשטאָט נאָוויע וועשקי. די בויונג איז פֿינאַנצירט געוואָרן דורכן אוזבעק־געבוירענעם ביליאָנער לעוו לעוויעוו. דער דימענט־מאַגנאַט איז בײַגעווען דעם חנוכּת־הבית פֿון דער שיל, וואָס איז שיין באַפּוצט אָבער האָט זיצערטער פֿאַר בלויז 30 מתפּללים.

אין דניפּראָ (דער פֿאַרקירצטער נאָמען פֿון דניפּראָפּעטראָווסק, מיזרח־אוקראַיִנע) האָבן די אָרטיקע ייִדן ווידער געעפֿנט די „אַלטע שיל‟ וואָס איז געגרינדעט געוואָרן סוף־19טן יאָרהונדערט אָבער וואָס איז על־פּי־טעות חרובֿ געוואָרן אין די 1990ער בשעת אַ רעמאָנט.

און דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי איז אַ פֿערטע שיל, געבויט אין 1823, באַנײַט געוואָרן אין דער שטאָט יאַנישאָק (יאָניסקיס). ערבֿ דעם חורבן, איידער 95% פֿון די ייִדן אין ליטע זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן, האָבן די ייִדן באַטראָפֿן כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿון יאַנישאָק, וואָס האָט דעמאָלט געהאַט דרײַ שילן. בלויז צוויי שטייען נאָך: די רעסטאַוורירטע וואָס הייסט איצט „די ווײַסע שיל‟, און „די רויטע שיל‟.

הײַנט וווינען בכלל נישט קיין ייִדן אין יאָניסקיס אָבער די מיטגלידער פֿון דעם קליינעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער דערבײַיִקער שטאָט סיאַליאַי (אויף ייִדיש: שאַוול), זענען בײַגעווען דעם חנוכּת־הבית אין יולי. דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין ליטע, עמיר מימון, האָט דעמאָלט פֿאַרקלאַפּט די מזוזה פֿון דער נײַער שיל.