פּרשת האַזינו, תּשע״ח

Weekly Torah Portion: Haazinu, 5778

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 19, 2017, issue of August 25, 2017.

אונדזער פּרשה קומט גלײַך נאָך ראָש־השנה און פֿאַרבינדט סימבאָליש די ימים־נוראָים. ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער טאָפּלטער סדרה, דערציילט זי וועגן משה רבינוס פּטירה.

דעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, האָט משה רבינו געזאָגט אַ נבֿיאישע שירה פֿון 70 שורות. אין זײַן לאַנגער פּאָעמע – איינער פֿון די סאַמע פּאָעטישע פֿראַגמענטן אינעם גאַנצן תּנ״ך – וואָרנט דער נבֿיא זײַן פֿאָלק וועגן די עונשים, וואָס וועלן קומען, אויב זיי וועלן טאָן עבֿירות. דערבײַ זאָגט ער זיי צו, אַז דורך זייער תּשובֿה וועלן זיי, סוף־כּל־סוף, ברענגען די גאולה צו דער גאַנצער וועלט.

דער הײַנטיקער שבת, וואָס קומט גלײַך נאָך ראָש־השנה און מיט אַ וואָך פֿאַר יום־כּיפּור, טראָגט אַ באַזונדערן נאָמען: שבת־שובֿה אָדער שבת־תּשובֿה. משה רבינוס מוסר־ווערטער דערמאָנען אונדז אין דער עבֿודת־התּשובֿה.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז משה רבינוס פּאָעמע קלינגט גאַנץ ענלעך צו די פּיוטים פֿון די ימים־נוראָים. למשל, דער באַרימטער פּיוט „ונתנה תּוקף‟, איינער פֿון די שענסטע ימים־נוראָימדיקע פּיוטים, דערציילט וועגן דער געטלעכער השגחה איבער אַלע באַשעפֿענישן. אונדזער פּרשה, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין איר תּוכן, איז דורכגעזאַפּט מיטן זעלבן ענין.

קוקנדיק אויבערפֿלעכלעך, קלינגען סײַ די פּיוטים פֿון ימים־נוראָים, סײַ די הײַנטיקע פּרשה, היפּש נעגאַטיוו און אַפֿילו צווייפֿלהאַפֿטיק. אין ביידע פֿאַלן גייט אַ רייד כּסדר וועגן שרעקלעכע שטראָפֿן פֿאַרן נישט פֿאָלגן די תּורה. פֿאַרוואָס האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן אַ וועלט, וווּ מע ווערט באַשטראָפֿט אויף דער וועלט און מע פֿאַלט אַראָפּ אין גיהנום, טאָמער מע מאַכט אַפֿילו איין טראָט אַוועק פֿונעם תּורה־דרך? דערצו, פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער געשאַפֿן דעם יצר־הרע, וואָס ציט אונדז כּסדר אַראָפּ פֿונעם דאָזיקן דרך? מיר מעגן באַשולדיקן אָדם און חוה אינעם עסן די פֿאַרבאָטענע פּרי, אַרײַנפֿירנדיק אונדז אַלעמען דערמיט אין אַזאַ נעבעכדיקן מצבֿ, אָבער די קשיא בלײַבט נאָך אַלץ זייער שטאַרק. דער רבונו־של־עולם, זײַענדיק דער אַלמעכטיקער גאָט, האָט דאָך געקאָנט באַשאַפֿן אַ וועלט אָן קיין עץ־הדעת, עבֿירות און יצר־הרע.

אינעם קלאַסישן קבלה־ספֿר „שערי גן־עדן‟ פֿון רבי יעקבֿ־קאָפּל ליפֿשיץ, וואָס דער בעל־שם־טובֿ האָט באַטראַכט ווי איינעם פֿון די גרעסטע און הייליקסטע ספֿרים, שטייט געשריבן, אַז איידער דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן אונדזער וועלט, האָט ער פֿריִער באַשאַפֿן אַן אַנדער אונווערס, וווּ עס זענען טאַקע נישט געווען קיין מיצוות און עבֿירות, שׂכר און עונש. די תּושבֿים פֿון יענער וועלט האָבן נישט קיין יצר־הרע; זייער לעבן איז געווען גן־עדנדיק.

פֿון דעסט וועגן, איז יענער פֿריִערדיקער אוניווערס צום סוף בטל געוואָרן, הגם געוויסע נשמות, אַרײַנגערעכנט יעקבֿ אָבֿינו און משה רבינו, האָבן מסכּים געווען געשיקט צו ווערן אין אונדזער הײַנטיקער זינדיקער גשמיותדיקער וועלט, כּדי צו ווײַזן דעם וועג, ווי אַזוי גובֿר צו זײַן דעם יצר־הרע און זיך אומצוקערן צו דער מדרגה פֿון יענער פֿאָרהיסטאָרישער גאָלדענער תּקופֿה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.