פּרשת האַזינו, תּשע״ח

Weekly Torah Portion: Haazinu, 5778

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 19, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

עס קאָן זײַן, אַז אין דער פֿאָרהיסטאָרישער תּקופֿה זענען די מענטשן געווען גליקלעך און פֿאַרשטאַנען גאַנץ קלאָר, וואָס ס׳טוט זיך אין דער אַרומיקער וועלט. דאָס איז אָבער געווען אַ פֿאַרגליווערטע וועלט, אָן קיין חידושים און אומגעריכטע בײַטן. דווקא דערפֿאַר איז אַזאַ וועלט בטל געוואָרן. די מלאָכים קאָנען אייביק לעבן אין זייערע הימלישע וועלטן, בלײַבנדיק אויפֿן זעלבן אָרט, אָבער דער מענטש איז בטבֿע אַ וואַנדערער וואָס גייט ווײַטער, דווקא צוליב די אומגעריכטע רעטענישן וואָס טרעפֿן זיך כּסדר אויף זײַן וואַנדער־וועג.

די באַשרײַבונג פֿון די פֿריִערדיקע וועלטן אין קבלה־ספֿרים מעג מען, אַוודאי, פֿאַרשטיין ווי אַ משל וועגן אַ מעגלעכער היפּאָטעטישער מעגלעכקייט פֿון אונדזער מצבֿ. לויט אַ באַקאַנטער ייִדישער לעגענדע, וואָס רבי פּנחס קאָרעצער, איינער פֿון די גרעסטע פֿריִיִקע חסידישע צדיקים, האָט דערציילט, איז פֿאַראַן ערגעץ אין אַן אַנדער „דימענסיע‟ אַ שטאָט מיטן נאָמען לוז, וווּ די תּושבֿים לעבן אייביק. הגם דאָס קלינגט כּמעט ווי אַ גן־עגן, גייען די תּושבֿים פֿון דאָרטן כּסדר אַרויס, כּדי צו שטאַרבן. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאַרגליווערטן נודנעם לעבן, שטעקט דער סוד פֿון דער אמתער גן־עדנדיקער אייביקייט אינעם שטענדיקן חידוש. אַזוי ווי אַ פֿלאַם, וואָס ווערט שטענדיק באַנײַט אין זײַן ברענען, מוז די נשמה זיך שטענדיק רײַסן אַרויף, מחוץ די גרענעצן פֿון אירע געוויינטלעכע השׂגות.

אונדזער פּרשה איז, אין דער אמתן, דווקא אַ פּאָזיטיווע. ווען משה רבינו האָט דערגרייכט אַ העכערע מדרגה, איבער אונדזער געוויינטלעכער דעפֿיניציע פֿון לעבן און טויט, האָט ער דערקלערט, אַז צרות און שוועריקייטן שטופּן אונדז צו נײַע, העכערע השׂגות פֿון רוחניות, און אַז אונדזערע גײַסטיקע מפּלות און בלאָנדזשענישן קאָנען, אויב מיר שטרעבן צו אַנטפּלעקן אין זיך דאָס געטלעכע ליכט, ברענגען אונדז דורך דער עבֿודת־התּשובֿה פֿון נײַע האָריזאָנטן פֿונעם רוחניותדיקן וועזן.