ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 20, 2017, issue of August 25, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די דײַטשן האָבן פֿאַרברענט מײַן קוזין יורעק אין אוישוויץ. ער האָט נישט קיין קבֿר און נישט קיין מצבֿה.

אַ דאַנק אַן איניציאַטיוו פֿונעם „פּולין — דעם מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ וועט אָבער יורעקס נשמה געפֿינען אַ רו־אָרט אין די הערצער פֿון מיליאָנען מענטשן אין פּוילן און אויף דער גאַנצער וועלט. יורעקס בילד וועט שטיין ווי אַ סימבאָל פֿונעם אויסגעהרגטן ייִדישן פֿאָלק אויפֿן באַנײַטן וועבזײַטל פֿונעם מוזיי – דאָס „ווירטועלע שטעטל”.

דאָס וועבזײַטל איז געווען אַן איניציאַטיוו פֿון דער פֿונדאַציע פֿונעם פּוילישן ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. אין יאָר 2012 איז דאָס וועבזײַטל איבערגעגאַנגען אינעם רשות פֿונעם „פּולין־מוזיי‟. מיט דער צײַט האָט דאָס וועבזײַטל פֿאַרברייטערט זײַן פֿאַרנעם. דער מוזיי פֿארמאָגט אַן ערך 200,000 עקספּאָנאַטן (טעקסטן, נײַעסן, בילדער, גענעאָלאָגישע אינפֿאָרמאַציע און אַזוי ווײַטער) און די צאָל באַניצערס איז געשטיגן צו אַכט און צוואָנציק טויזנט. אַ סך לייענערס זענען געוואָרן שרײַבערס. אין דער תּקופֿה פון 2009 ביז 2017 האָט די צאָל לייענערס דערגרייכט צען מיליאָן, און די צאָל באַזוכערס פֿינעף און דרײַסיק מיליאָן.

דער ציל פֿונעם „ווירטועלן שטעטל”, דערקלערט דער מוזיי, איז נישט בלויז צו דערגרייכן אַ גרעסערן עולם. עס גייט נישט אָן דווקא אין איבערשטײַגן אַנדערע פּוילישע געשיכטע־וועבזײַטלעך. זיין הויפּט-עובֿדה איז צו פֿאַרווירקלעכן די אויפֿגאַבע פֿונעם „פּולין־מוזיי‟: „באַהאַלטן און פֿאַראייביקן די ירושה פֿון די פּוילישע ייִדן, אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פון די פּוילישע ייִדן סײַ ביי ייִדן סיי בײַ פּאָליאַקן, אין פּוילן און אויף דער גאַנצער וועלט.‟

דאָס בילד וואָס מען זעט אויפֿן נײַעם וועבזײַטל איז פֿון יורעקן. יורעק איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1932. זײַן זומער-וואַקאַציע האָט ער פֿאַרבראַכט אין נאָווע־וויעש לעבן לעמבערג. ער האָט מסתּמא ליב געהאַט זײַן צײַט אין דאָרף וואָס האָט אים געשאַפֿן גליק און פֿרייד אין זיין קורצן לעבן. מיר האָבן נישט קיין גענויע פּרטים וועגן דעם אָרט און דער צײַט פון זיין אומקום. זײַן בילד ווערט פֿאַרעפֿענטלעכט צום ערשטן מאָל. יורעקס טויט איז אַפֿילו נישט פֿאַרשריבן געוואָרן אין די אַרכיוון פֿון “יד־ושם”.

ווײַטער שרײַבן די רעדאַקטאָרן פֿונעם ווירטועלן שטעטל: „הײַנט געפֿינען זיך יורעקס מערדערס שוין אין גיהנום. זייער ראַסע-טעאָריע און אימפּעריאַליסטישע חלומות ליגן אינעם מיסטקעסטל פֿון דער געשיכטע. אָבער יורעק, פּונקט ווי אַנדערע מיליאָנען אַנדערע ייִדישע קינדער, גרויס און קליין, וועלן תּמיד בלײַבן אין אונדזערע הערצער. צו פֿאַרגעסן איז נישט קיין אָפּציע. מיר וועלן קיין מאָל נישט מסכּים זײַן אַז פּוילנס ייִדן זאָלן אויסגעמעקט ווערן פֿון דער געשיכטע און פֿונעם באַוווסטזײַן אין פּוילן. דאָס „ווירטועלע שטעטל” איז אַ מקום־מיקלט פֿאַר די אַלע פּוילישע ייִדן וואָס האָבן געלעבט אויף פּוילנס ערד און אין די לענדער וואָס האָבן געהערט צו פּוילן במשך פֿונעם לעצטן יאָרטויזנט.”

די רעדאַקטאָרן פֿונעם באַנײַטן ווירטועלן שטעטל באַטאָנען אויך דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש פֿאַר זייער וועבזײַטל: „דאָס באנײַטע וועבזײַטל ווערט געעפֿנט פֿאַרן עולם מיטן נײַעם ייִדישן יאָר תּשע”ח, און דווקא אין ייִדיש. ערשט שפּעטער וועלן מיר עפֿענען דאָס וועבזײַטל אין די אַנדערע שפּראַכן, דהײַנו פּויליש, ענגליש, העברעיש און דײַטש. מיר מאַכן דאָס בכּיוון. מיר ווילן געדענקען אויף אַזאַ אופֿן דעם עבר”.

דער אַריינפֿיר צום באַנײַטן וועבזײַטל ענדיקט זיך מיט די ווערטער: „כּבוד דעם אָנדענק פֿונעם קליינעם יורעק און דעם ייִדישן פֿאָלק וואָס האָט געלעבט אויף דער פּוילישער ערד.”