באַליבטע פּײַקלערין, איטעלע האָפֿמאַן־וואַטס, איז ניפֿטר געוואָרן

Beloved Klezmer Drummer, Elaine Hoffman-Watts, Has Died

Emily Socolov

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 27, 2017, issue of August 25, 2017.

במשך פֿון דער אַזוי־גערופֿענער קלעזמער־אויפֿלעבונג זענען באַקאַנט געוואָרן געוויסע מוזיקער פֿונעם עלטערן דור, וועלכע זענען געוואָרן אַ וויכטיקע בריק צווישן די דורות. זיי האָבן געלערנט מיטן ייִנגערן דור דעם אַלטן סטיל, דעם עכטן קלעזמערישן קלאַנג פֿון אַמאָל.

צווישן זיי: דוד טאַראַס, פּאָל פּינקוס, בען בייזלער. אָבער נאָר איין פֿרוי, אַ פּײַקלערין, האָט פֿיגורירט אין דער גרופּע — עליין האָפֿמאַן־וואַטס פֿון פֿילאַדעלפֿיע. דעם 24סטן סעפּטעמבער 2017 איז זי ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 85 יאָר און מיט איר פּטירה האָט די קלעזמערוועלט פֿאַרלוירן נישט נאָר אַ וועגווײַזער, נאָר אויך אַ ליבן, ברייטהאַרציקן און טײַערן מענטש.

פֿרוי האָפֿמאַן־וואַטס איז געבוירן געוואָרן דעם 25סטן מײַ 1932 אין פֿילאַדעלפֿיע און האָט געשטאַמט פֿון אַן אוקראַיִנער קלעזמער־משפּחה. איר טאַטע, יעקבֿ האָפֿמאַן, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קאַפּעליע אין פֿילאַדעלפֿיע און איז געווען אַ מײַסטער־שפּילער פֿונעם קסילאָפֿאָן. עס זענען געבליבן עטלעכע אַלטע פּלאַטעס זײַנע פֿון די 1920ער יאָרן. אירע פֿעטערס זענען אויך געווען קלעזמאָרים, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין אַן אמתער ייִדישער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה, שפּילנדיק האָראַס, פֿריילעכס און שערן.

איז וואָס טוט אַ פֿרוי וואָס וויל ווערן אַ מוזיקערין, ווען די מוזיקוועלט איז דעמאָלט בלויז געווען פֿאַר מענער? זי האָט זיך נישט געשראָקן און האָט דורכגעפֿירט איר לעבנספּלאַן: אין 1954 איז זי געוואָרן די ערשטע פֿרוי אָנגענומען צו ווערן ווי אַ פּײַקלערין און שפּילערין פֿון קלאַפּ־אינסטרומענטן אין דעם חשובֿן „קורטיס אינסטיטוט פֿאַר מוזיק‟ אין פֿילאַדלעפֿיע און האָט דאָרטן גראַדויִרט.

מיט איין פֿוס אין דער קלאַסישער מוזיק־סבֿיבֿה און מיטן אַנדערן אין דער קלעזמער־סבֿיבֿה איז זי געוואָרן אַן אויסערגעוויינטלעכע לערערין פֿון פּריוואַטע לעקציעס און לערערין אין די פֿילאַדעלפֿיע שולן. אין 1995 האָט זי אָנגעהויבן שפּילן אין דער פֿרויען־קאַפּעליע „קלעז־מיז‟ מיט איר טאָכטער סוזען וואַטס, איינע פֿון די בעסטע טרומייטערינס. אין 2007 האָט זי באַקומען דעם פּריז „די נאַציאָנאַלע ירושה־סטיפּענידע‟ פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג פֿאַר איר בײַשטײַער ווי אַ פֿאָלק־קינסטלערין.

ווען זי דערציילט וועגן איר לעבן, באַטאָנט זי, אַז ווי אַ פֿרוי אַ פּײַקלערין האָט זי געמוזט אויסשטיין אַ סך שוועריקייטן. דעריבער איז זי געוואָרן אַן אינספּריאַציע צו יונגע שפּילערס, בפֿרט די פֿרויען־קלעזמאָרים.

זינט 1998 האָט זי זיך באַטייליקט אין די פֿאַרשיידענע קלעזמער־וואַרשטאַטן און פֿעסטיוואַלן ווי „קלעזקעמפּ‟ און „קלעזקאַנאַדע‟. כּמעט צוואַנציק יאָר האָט זי איבערגעגעבן איר וויסן און הומאָר. מע קען זען אַ ביסל פֿון אירע איבערלעבונגען אין די קלעזמער־קעמפּס אינעם קורצן פֿילם „עליין האָפֿמאַן וואַטס — אַ מיידל דאַרף נישט שפּילן אויף קיין פּויקן‟

אינעם פֿילם גיט זי צו פֿאַרשטיין, אַז פֿון איר טאַטן האָט זי זיך אויסגעלערנט ווי צו שפּילן „אויפֿן אַלטן אייראָפּעיִשן אופֿן‟. געוויינטלעך באַטראַכט מען קלעזמאָרים ווי מוזיקער פֿון אַ נידעריקער מדרגה, אָבער איר טאַטע יעקבֿ האָפֿמאַן האָט געשפּילט סײַ אויף חתונות, סײַ אין ייִדישן טעאַטער, סײַ מיט קלאַסישע אָרקעסטערס און מיט באַלעט־אָרקעסטערס. ער האָט זי געמוטיקט צו ווערן אַ מוזיקערין און ער פֿלעגט זי מיטנעמען צו שפּילן אויף חתונות און אַנדערע שׂימחות.

איר ליבשאַפֿט צו מוזיק האָט זי איבערגעגעבן איר טאָכטער סוזען, און די צוויי האָבן זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן צוזאַמען. זי איז אַוועק אין דער אייביקייט אין מיטן פֿון אַ גרעסערן פֿילמפּראָיעקט וועגן די הײַנטיקע פֿרויען־קלעזמאָרים. פֿאַרשטייט זיך, אַז עליין וואַטס־האָפֿמאַן וועט זײַן די הויפּט־פֿיגור אין דער אונטערנעמונג.

עליין האָפֿמאַן־וואַטס האָט פֿאַראָבֿלט איר מאַן ערני, קינדער — אײַלין סיגעל, לאָרי קעאַמערער און סוזען וואַטס און זייערע משפּחות. כּבֿוד איר אָנדענק!

אַ קורצער פֿילם וועגן איר לעבן, „עטעלע‟, קען מען זען אויף דער וועבזײַט: http://www.folkstreams.net/film,295



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.