יום־כּיפּור, תּשע״ח

Weekly Torah Portion: Yom Kippur, 5778

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 28, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ברוחניות, דאַרפֿן מיר במשך פֿונעם יום־כּיפּורדיקן דאַוונען אַליין ווערן אַ  שׂעיר־לעזאָזל, גרייט מכפּר צו זײַן אי אונדזערע אייגענע עבֿירות, אי די זינד פֿון אַנדערע מענטשן. מיר מוזן דווקא נאָכמאַכן נדבֿ און אַביהוא, הגם צוליב אונדזער נידעריקער מדרגה דאַרפֿן מיר זיך נישט דאגהן: דאָס הימלישע פֿײַער קאָן אָפּבריִען אונדזער יצר־הרע, אויב מע דאַוונט מיט כּוונה, אָבער נאָך דער נעילה קומען מיר, פּונקט פֿאַרקערט, אָפּגעפֿרישט און אויסגערייניקט צוריק אין דער געוויינטלעכער גשמיותדיקער וועלט. ברוחניות, ווערט אונדזער גרייטקייט צו זײַן אַ  שׂעיר־לעזאָזל, דערצו פֿאַרברענט ווי אַהרנס זין, פֿאַרוואַנדלט אין אַ קוואַל פֿון נײַע לעבנס־כּוחות אויפֿן גאַנצן קומענדיקן יאָר.

ווי עס שטייט געשריבן אין די סידורים, באַגרינדעט אויף דער אַלטער מסורה פֿון מקובלים און צדיקים, איז ווען בײַם סוף פֿון דער נעילה זאָגט מען זיבן מאָל „ה׳ הוא האלוקים‟, דאַרף מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז מע ווערט אין דעם מאָמענט אומגעבראַכט אויף כּלערליי שרעקלעכע אופֿנים על־קידוש־השם. אויף אַ ווירטועלן אופֿן, איז עס דער ריכטיקער מאָמענט, ווען מיר זענען מסוגל אָפּצוברענען דעם יצר־הרע און דאָס שאָלעכץ פֿון די עבֿירות אָדער פֿאַרוואַנדלען די עבֿירות גופֿא אין אַ קוואַל פֿון געטלעכער אַנטפּלעקונגען – אַזוי ווי מיסט, וואָס טויג צומאָל ווי אַ ברענוואַרג.

רבי עקיבֿא, דער דערמאָנטער שטיצער פֿון בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד, וועלכער איז פֿאָרט געווען אַ מין פּאַציפֿיסט וואָס שייך די באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם, האָט זײַן גאַנץ לעבן געהאָפֿט אויסגעפּײַניקט צו ווערן אויף טויט על־קידוש־השם. אַזוי איז טאַקע געשען, ווי מיר לייענען אינעם מחזור. ער איז געווען צווישן די צען צדיקים, וועלכע האָבן אײַנגענומען אַ מיתה־משונה, אויסגעפּײַניקט אויף אַ שרעקלעכן אופֿן דורך די רוימישע רשעים.

אַן אַנדער, זייער אומגעוויינטלעכע מעשׂה ווערט דערציילט אין גמרא. ווען רבי יהודה הנשׂיא – דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון משניות – איז ניפֿטר געוואָרן, האָט זיך דערהערט אַ קול מן־השמים, אַז יעדער, וואָס וועט אויך שטאַרבן דעם זעלבן טאָג, וועט אַרײַן אין גן־עדן. איינער אַ ייִד, אַ פּראָסטער וואַשער פֿון קליידער, האָט עס דערהערט און אַראָפּגעשפּרונגען פֿון אַ באַרג. דאָס בת־קול האָט זיך ווידער דערהערט און דערקלערט, אַז די נשמה פֿונעם אומגעקומענעם קליידער־וואַשער גייט גראָד אין גן־עדן אַרײַן. מע קאָן זאָגן, אַז דער דאָזיקער מענטש האָט נאָכגעמאַכט די מעשׂה מיט נדבֿ און אַבֿיהוא אַפֿילו אויף אַ מער דירעקטן אופֿן. פֿון דעסט וועגן, בלײַבט קלאָר, אַז דאָס נעמען זיך דאָס לעבן איז אַ ריזיקער חטא, אויב אַפֿילו מיר קאָנען געפֿינען אַ קליינע צאָל זעלטענע אויסנאַמען פֿון מענטשן, וואָס האָבן עס אָפּגעטאָן לשם־שמים, ווי אַן עקסטרעמען לעצטן שריט איז זייער עבֿודת־השם.

פֿון דעסט וועגן, אַנטפּלעקט אונדזער הייליקער יום־טובֿ זייער אַ וויכטיקן און באַלערנדיקן פּסיכאָלאָגישן פּאַראַדאָקס. עס טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס באַגייען אַ זעלבסטמאָרד, נעבעך, צוליב נאַרישע און אַפֿילו העדאָניסטישע סיבות. עפּעס אינעם לעבן איז נישט געלונגען, דאָס לעבן הייבט אָן צו גיין אַ ביסל באַרג־אַראָפּ, און שוין – באַשליסן זיי, אַז ס׳איז מער נישטאָ וואָס צו טאָן אין עולם־הזה.

להיפּוך, איז יום־כּיפּור אַוודאי אַן אַסקעטישער יום־טובֿ. מע פֿאַסט, מע מײַדט אויס אַנדערע געוויינטלעכע פֿאַרגעניגנס, מע דאַוונט אַ גאַנצן טאָג און מע שטעלט זיך פֿאָר, אַז מע ווערט פֿאַרברענט אָדער אומגעבראַכט ווי דער שׂעיר־לעזאָזל, וואָס ווערט צעבראָכן אויף שטיקער בעת דעם פֿאַלן פֿון אַ באַרג. דער עפֿעקט פֿון אַזאַ עבֿודה איז אָבער פּונקט אַ פֿאַרקערטער: אַ „קאַטאַרסיס‟, ווי מע רופֿט עס אָן אין דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע. דווקא ווען מע דערגרייכט אַ מאָמענט, ווען מע איז גרייט אָפּצוגעבן דאָס לעבן אויף אַ וועלכן־ניט־איז אופֿן, קומט מען צו אַן עקסטאַטישער נשמה־דערפֿרישונג און מע באַקומט, מיטן אייבערשטנס הילף, פֿרישע כּוחות אויפֿן גאַנצן קומענדיקן יאָר.