מסיבה לכּבֿוד דוד פֿישמאַנס בוך וועגן „פּאַפּירענער בריגאַדע‟

Celebration of David Fishman's Book About the Paper Brigade


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 01, 2017, issue of October 27, 2017.

ס׳איז גאַנץ פּאַסיק, אַז דווקא בײַם „ייִוואָ‟ וועט מען אָפֿיציעל לאַנצירן ד״ר דוד פֿישמאַנס נײַ בוך „די ביכער־שמוגלער‟, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿון דער „פּאַפּיר־בריגאַדע‟, די גרופּע ווילנער אינטעליגענטן און קולטור־טוער, אָנגעפֿירט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי, וואָס האָבן ריזיקירט מיט לײַב־און־לעבן צו ראַטעווען ייִדישע ביכער און ספֿרים בשעתן חורבן.

ס׳רובֿ פֿון דער בריגאַדעס אַרבעט האָט מען געמאַכט דווקא בײַם ווילנער „ייִוואָ‟ און זײַן יורש, דער ניו־יאָרקער „ייִוואָ‟, אַרבעט איצט צו דיגיטאַליזירן און פֿאַרעפֿנטלעכן אַלע מאַטעריאַלן, וואָס די „פּאַפּיר־בריגאַדע‟ איז מסוגל געווען אָפּצוראַטעווען.

אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 10טן אָקטאָבער, וועט דזשאָש וואַלעצקי פֿאָרשטעלן אַ קראַנץ לידער פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי און אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ וועט אַרומרעדן זײַנע אײַנדרוקן פֿונעם בוך. אַלעקס וואַל, דאָס אייניקל פֿון רחלע קרינסקי, אַ מיטגלידין פֿון דער „פּאַפּיר־בריגאַדע‟, וואָס שאַפֿט איצט אַ פֿילם וועגן איר מאַמען, די העלדין פֿון קאַטשערגינסקיס „דאָס עלנטע קינד‟ און יונתן ברענט, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟, וועלן אויפֿטרעטן כּדי אַרומצורעדן דעם „ווילנער פּראָיעקט‟. דער פּראָיעקט איז דער נאָמען פֿון דער „ייִוואָ‟־קאַמפּאַניע צו דיגיטאַליזירן אַלע זײַנע מאַטעריאַלן, וואָס זענען פֿאַרבליבן אין דער ליטע, אַרײַנגערעכנט די מאַטעריאַלן געראַטעוועט דורך דער „פּאַפּיר־בריגאַדע.‟ אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, וועט דוד פֿישמאַן אַליין דערציילן וועגן זײַן בוך און זײַנע פֿאָרשונגען.

די פּראָגראַם וועט זיך אָנהייבן 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע מוז רעזערווירן אַ זיצט־אָרט פֿון פֿריִער. כּיבוד וועט סערווירט ווערן נאָך דער פּראָגראַם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.