תּנחום קאַפּלאַן אילוסטרירט די ייִדישע קלאַסיקער

Tankhum Kaplan Illustrates Yiddish Classics


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 01, 2017, issue of October 27, 2017.

בײַם אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט איז די קונסט פֿון בוך־אילוסטראַציע געװען חשובֿ אין די אױגן פֿון ייִדישע מאָדערניסטן. 

להיפּוך צו מאָלערײ אָדער סקולפּטור, האָט די גראַפֿישע קונסט געהאַט אַן אַלטע טראַדיציע בײַ ייִדן. ייִדישע ביכער און לשון־קודשדיקע ספֿרים זײַנען ניט זעלטן געװען באַפּוצט מיט אָרנאַמענטאַלע אימאַזשן און אַפֿילו מענטשלעכע פֿיגורן, װאָס ייִדישע דרוקער האָבן פֿרײַ געבאָרגט בײַ זײערע קריסטלעכע קאָלעגעס.

דאָס ייִדישע בוך איז געװאָרן אַ װיכטיקער קונסט־אָביעקט אין די עסטעטישע פּראָגראַמען סײַ בײַ דער „קולטור־ליגע” אין קיִעװ, סײַ בײַ „די יונגע” אין ניו־יאָרק, סײַ בײַ „יונג־ייִדיש” אין לאָדזש. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך די בלי־תּקופֿה פֿון קינסטלערישן אַװאַנגאַרד געעדניקט סוף 1920ער יאָרן אָבער די טראַדיציע פֿון ביכער־גראַפֿיק האָט געלעבט װײַטער. בײַ אַ היפּשער צאָל קינסטלער איז דאָס געװאָרן אַ מין מקום־מקלט, װען די סאָװעטישע מאַכט האָט זײ מער ניט דערלױבט צו שאַפֿן אין גרעסערע פֿאָרמאַטן און מאָנומענטאַלע זשאַנערס צוליב אידעאָלאָגישע און פּאָליטישע סיבות. 

דװקא פֿון די אילוסטראַציעס פֿאַר קינדערביכער איז שפּעטער אַרױסגעװאַקסן די נײַע שיטה פֿון קאָנצעפּטועלער קונסט, װאָס איז געװאָרן באַרימט אין אײראָפּע און אַמעריקע אין די 1990ער יאָרן.   

דער קינסטלער תּנחום (אַנאַטאָלי) קאַפּלאַן (1903–1980) האָט ניט געהאַט קײן דירעקטן שײַכות צו דער קיִעװער קולטור־ליגע, אָבער ער האָט באַהערשט און װײַטער אַנטװיקלט אירע קינסטלערישע פּרינציפּן. קאַפּלאַן איז געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין דער מיזרח־װײַסרוסישער שטאָט ראַצעװ (ראָגאַטשעװ), װוּ ער איז געגאַנגען אין חדר און שפּעטער פֿאַרענדיקט אַ רוסישע שול. אין 1922 איז ער אַריבער קײן לענינגראַד שטודירן מאָלערײַ אין דער קונסט־אַקאַדמיע. זײַן אינטערעס צו דער ייִדישער טעמע איז געװאָרן בולט אין די 1930ער יאָרן, װען ער האָט באַקומען אַ באַשטעלונג צו שאַפֿן אַ סעריע בילדער װעגן ביראָבידזשאַן פֿאַרן עטנאָגראַפֿישן מוזײ. אײנצײַטיק האָט ער געשאַפֿן זײַן ערשטע ליטעראַרישע סעריע, „כּתריאלעװקע” לױט שלום־עליכמס מאָטיװן. אין יענער צײַט האָט קאַפּלאַן מיט התפּעלות באַהערשט די טעכניק פֿון ליטאָגראַפֿיע, װאָס ער האָט גענוצט פֿאַר אַ סך פֿון זײַנע װערק.

די סאַמע באַרימטע סעריעס בילדער צו די ייִדישע קלאַסיקער, קודם־כּל — שלום־עליכם און מענדעלע, האָט קאַפּלאַן געשאַפֿן נאָך דער מלחמה, שױן אױפֿן עלטער. עס איז מערקװירדיק װי לעבעדיק, שפּילעװדיק און המצאהדיק זײ זײַנען. קאַפּלאַן האָט מיט דער צײַט געשאַפֿן אַן אײגענע סימבאָלישע שפּראַך, װאָס האָט צונױפֿגעשמאָלצן טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאָטיװן און מאָדערניסטישע עלעמענטן. 

אײניקע סעריעס זײַנע, װי למשל די אילוסטראַציעס צו שלום־עליכמס מעשׂה „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער”, זײַנען אױסגעפֿאַרטיקט אינעם פּרימיטיװיסטישן סטיל, װאָס דערמאָנען אָן דעם רוסישן „לובאָק”. אַנדערע, װי די גראַפֿישע סעריע צו מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער”, זײַנען בפֿירוש מאָדערנע ראַדיר־גראַװיורן, עלעגאַנט אױסגעפֿירט מיט שפּאָרעװדיקע שאַרפֿע ליניעס. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין די 1970ער, האָט זיך קאַפּלאַן צוריקגעקערט צו „פֿישקע” און געשאַפֿן אַ ביז גאָר אַנדערע סעריע, דאָס מאָל אין דער ליטאָגראַפֿישער טעכניק. שטײן שפּילט דאָ אַ טאָפּלדיקע ראָלע. דאָס איז דער מאַטעריאַל פֿאַר אױסקראַצן די בילדער, װעלכע װערן דערנאָך אָפּגעדרוקט אױף פּאַפּיר. אָבער שטײַן איז אױך דער הינטערגרונט פֿאַר די אימאַזשן, װאָס דערמאָנען אָן אַלטע אױסגעריבענע מצבֿות. װי עס באַמערקט דער פּעטערבורגער ייִדיש־פֿאָרשער װאַלערי דימשיץ, זײַנען קאַפּלאַנס מצבֿה־אימאַזשן ענלעך אױף ייִדישע בית־עלמינס אין קאַפּלאַנס הײמלאַנד װײַסרוסלאַנד, װוּ מען האָט געמאַכט מצבֿות פֿון האַרטן גראַניטשטײן און ניט פֿונעם װײכן זאַמדשטײן װי אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע גראַניטנע קװאַליטעט מאַכט קאַפּלאַנס ליטאָגראַפֿישע ווערק װאָגיק און מאָנומענטאַל, להיפּוך צו די פֿריִערע לײַכטע ראַדירן. איטלעכע סעריע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אײגענער פּירוש צו „פֿישקע”.

אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט קאַפּלאַן זיך קונה־שם געװען דער עיקר אין די קרײַזן פֿון ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור און שעצער פֿון דער גראַפֿישער קונסט. לרובֿ זײַנען דאָרט זײַנע סעריעס ניט דערשינען װי עס געהערט צו זײַן, אין ביכער־פֿאָרם אין אײנעם מיטן טעקסט. גליקלעכער איז געװען זײַן גורל אין מיזרח־דײַטשלאַנד, װוּ מען האָט געדרוקט עטלעכע ביכער פֿון ייִדישער קלאַסיק אױף דײַטשיש מיט קאַפּלאַנס אילוסטראַציעס. מען זאָגט, אַז דאָס איז געװען דער אױפֿטו פֿון קלאַוס גיזי, דעם דעמאָלטיקן קולטור־מיניסטער פֿון דער דע־דע־ער. גיזי איז געװען אַ געבילדעטער דײַטשיש־ייִדישער אינטעליגענט פֿון דער װײַמאַר־תּקופֿה, און האָט הױך געשעצט קאַפּלאַנס קונסט.

קאַפּלאַנס גראַפֿישע װערק זײַנען געװען צוטריטלעך דער עיקר פֿאַר קונסט־זאַמלער. די גרעסטע פּריװאַטע קאָלעקציע פֿון זײַנע װערק געהערט איצט צו דער משפּחה קושניר אין פּעטערבורג. יצחק און לודמילאַ קושניר זײַנען ניט נאָר זאַמלער, נאָר אױך איבערגעגעבענע פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿון קאַפּלאַנס קונסט. מיט זײער הילף און שטיצע האָט זיך דער מאָסקװער פֿאַרלאַג „קניזשניקי” גענומען פֿאַר אַרױסלאָזן נײַע אױסגאַבעס פֿון די ייִדישע קלאַסיקער אין רוסישע איבערזעצונגען מיט קאַפּלאַנס גרױסאַרטיקע אילוסטראַציעס אין פֿולן פֿאָרמאַט. עד־היום זײַנען אַרױס דרײַ בענד: שלום־עליכמס „סטעמפּעניו”, „טבֿיה דער מילכיקער” און „דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער”, און אָט־אָט װעט אַרױס מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער”.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.