חול־המועד סוכּות, תּשע״ח

Weekly Torah Portion: Chol HaMoed Succos, 5778

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 03, 2017, issue of October 27, 2017.

דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אױס דעם ערשטן טאָג חול־המועד סוכּות; פּינקטלעכער צו זאָגן, דערמאָנען מיר בײַם מוסף אי דעם ערשטן, אי דעם צווייטן טאָג חול־המועד ווײַל אין חוץ־לאָרץ פּראַוועט מען צוויי טעג יום־טובֿ צוליב דעם ספֿקא־דיומא — מיר ווייסן נישט קלאָר, ווען דער יום־טובֿ הייבט זיך אָן.

אין דער הײַנטיקער וועלט, וווּ די מאָדערנע קאַלענדאַרן און קאָמוניקאַציע־מיטלען דערמעגלעכן גרינג און גענוי קאָאָרדינירן די וועלט־דאַטעס, קאָן אונדזער שטייגער פֿון צוויי־טאָגיקע יום־טובֿים אויסזען איבעריק. פֿאַרוואָס דאַרף מען בכלל פּראַווען צוויי טעג יום־טובֿ?

על־פּי קבלה, קומט אין ארץ־ישׂראל די רוחניותדיקע השפּעה פֿון די יום־טובֿים אין אַ „קאָנצענטרירטער‟ פֿאָרעם, דערפֿאַר איז דאָרטן גענוג צו פּראַווען בלויז איין טאָג. אין די אַנדערע לענדער פֿאַרנעמט אָבער דער השפּעה־פּראָצעס אַ לענגערע צײַט. צוליב דעם, האַלט מען אין אַ טייל קהילות, אַרײַנגערעכנט ליובאַוויטש, אַז ווען די געסט פֿון ארץ־ישׂראל קומען אויף יום־טובֿ אין אַן אַנדער לאַנד, מוזן זיי אויך פּראַווען דעם יום־טובֿ־שני.

אין דער אמתן, ווי עס דערקלערן די חב״ד־רביים, דער טאָשער רבי און אַנדערע צדיקים, שטעקט אינעם פּראַווען צוויי טעג יום־טובֿ אַ באַזונדערע רוחניותדיקע מעלה. ס׳איז גוט, אַז די בני־ארץ־ישׂראל קאָנען ממשיך זײַן די גאַנצע יום־טובֿדיקע השפּעה „אויף איין שאָס‟; מיר האָבן אָבער די זכיה צו פֿאַרלענגערן דעם פּראָצעס. בגשמיות איז אויך, אַוודאי, באַטעמט און חנעוודיק צו געניסן פֿון טאָפּלטע יום־טובֿים.

אַזוי צי אַזוי, קומט אויס על־פּי קבלה, אַז דעם הײַנטיקן שבת שײַנען, אין דער זעלבער צײַט, די גײַסטיקע השפּעות פֿון די ערשטע צוויי טעג חול־המועד, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט צוויי ספֿירות – פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער געטלעכער השגחה: גבֿורה און תּפֿארת אָדער מידת־הדין און מידת־הרחמים.

די ספֿירת־התּפֿארת אַנטפּלעקט די געטלעכע האַרמאָניע און באַלאַנס. ווען דער אייבערשטער וואָלט אונדז געטאָן בלויז ריין חסד, וואָס מיר זאָלן נישט טאָן, וואָלטן מיר געלעבט אין אַ גליקלעכער אָבער פֿאַרגליווערטער וועלט. ווען מיר וואָלטן בלויז געמוזט פֿאָלגן דעם דין, וואָלטן מיר געווען אַזוי ווי מעכאַנישע ראָבאָטן. דער אייבערשטער האָט אָבער באַשאַפֿן אַ וועלט, ווי די אָרדענונג און לעבעדיקע חידושים גייען האַנט אין האַנט.

דער גאַנצער חג־הסוכּות רעפּרעזענטירט דעם דאָזיקן פּרינציפּ. נאָכן פֿאַסטן, פֿאַרטאָן אין עבֿודת־התּשובֿה במשך פֿונעם הייליקן יום־הדין, קומען מיר אַרײַן אין דער סוכּה — אַ וווּנדערלעכע קאָנסטרוקציע, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַלע אונדזערע מעשׂים, אַפֿילו די סאַמע פּשוטע, אין אַ מיצווה. אַפֿילו ווען מיר טרינקען טיי אָדער סתּם זיצן אין דער סוכּה, זענען מיר ממשיך אויף זיך דאָס געטלעכע ליכט, וואָס רינגלט אונדז אַרום פֿון אַלע זײַטן. דער דין ווערט פּלוצעם פֿאַרוואַנדלט אין אַ קוואַל פֿון לעבעדיקער שׂימחה — זמן־שׂמחתנו.

אַנשטאָט דער געוויינטלעכער שבת־פּרשה, לייענען מיר אַ פֿראַגמענט פֿון דער פּרשה „כּי תשׂא‟, וווּ עס ווערט אין קורצן דערמאָנט סוכּות. אינעם זעלבן פֿראַגמענט גייט אויך אַ רייד וועגן דעם ענין פֿון תּשובֿה, וואָס דערמאָנט אונדז אין די פֿאַרגאַנגענע ימים־נוראָים. בײַם אָנהייב פֿונעם לייענען, בעט משה רבינו דעם רבונו־של־עולם צו ווײַזן דעם וועג: „הודיעני נאָ דרכך‟! אויב דײַן פּנים וועט מיט אונדז נישט גיין, באַטאָנט דער נבֿיא, פֿיר אונדז נישט ווײַטער. דער אויבערשטער האָט געענטפֿערט, אַז זײַן „פּנים‟ קאָן אַ לעבעדיקער מענטש נישט זען, אָבער זײַן „נאַקן‟ וועט ער אַנטפּלעקן.

פֿאַרשטייט זיך, איז דער אייבערשטער נישט קיין מענטש און האָט נישט נישט חלילה, קיין בוכשטעבלעכן נאַקן אָדער פּנים. די תּורה דערציילט אונדז מעטאַפֿאָריש, הגם משה רבינו האָט נישט געקאָנט משׂיג זײַן דעם העכערן אַספּעקט פֿונעם געטלעכן ליכט „פּנים־אל־פּנים”, דערפֿאַר האָט אים דער באַשעפֿער יאָ געוויזן זײַן „קאָפּ‟ — דהײַנו, זײַן ליכט — אויף אַ מער דערווײַטערטן אופֿן.

הרבֿ שמואל קרויס זצ״ל, אַ באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה און חסידות צווישן די אַמעריקאַנער חסידים, בפֿרט די סאַטמאַרער, האָט זיך כּסדר באַקלאָגט, אַז אין די הײַנטיקע חסידישע קרײַזן האָט דער עולם מורא צו לערנען טיפֿע רוחניותדיקע ענינים און וויל זיי נישט פֿאַרשיין, טענהנדיק אַז „די הויכע זאַכן זענען נישט פֿאַר אונדז‟. אין דער אמתן, מוז יעדער חסיד דווקא לערנען דעם אינערלעכן תּוכן פֿון אַלע מיצוות און שטרעבן צו דערפֿילן דאָס געטלעכע ליכט, וואָס שטעקט אין זיי. למשל, ווען מיר דאַוונען, דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרטיפֿן, אויף וויפֿל מע קען, אין די כּוונות־התּפֿילה, כּדי די שכינה אַליין זאָל רעדן דורך אונדזערע ליפּן.

די דירעקטע גײַסטיקע השׂגות און אַנטפּלעקונג איז דאָך אַ יסוד־היסודות אין תּורת־החסידות. אָן רוחניותדיקע עבֿודות, בלײַבן פֿונעם בעל־שם־טובֿס דרך בלויז אַן אויסערלעך שאָלעכץ פֿון ספּעציפֿישע מינהגים. טראַדיציאָנעלע מלבושים, דער טעם פֿונעם היימישן קוגל און אַ פּשוטער שמועס אויף ייִדישן בײַם שבתדיקן טיש קאָנען זיכער העלפֿן צו פֿאַרבינדן די נשמות פֿונעם יונגן דור צום מיזרח־אייראָפּעיִשן אַמאָל, אָבער אָן דעם רוחניותדיקן תּוכן בלײַבן די היימישע מינהגים בלויז פּוסטע פֿאָלקלאָרישע כּלים.

די „אָפּגעפֿאָרענע‟ חסידישע יונגע־לײַט באַקלאָגן זיך, אַז אין זייערע קרײַזן האָבן די מלמדים און קרובֿים זיי אויסגעמאַטערט מיט שטרענגע מוסר־דרשות, פּעטש און צווייפֿלהאַפֿטיקע חומרות אָן קיין רוחניותדיקן טעם. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם האָט משה רבינו באַטאָנט אין זײַן שמועס מיטן רבונו־של־עולם: ווײַז מיר דײַן פּנים, אָדער וועלן מיר ווײַטער נישט גיין. אויב די תּורה וואָלט געווען, חלילה, בלויז אַ סיסטעם פֿון מעכאַנישע הלכות, וואָלט מען טאַקע נישט געקאָנט גיין ווײַטער; אויב מע וואָלט יאָ געגאַנגען, וואָלט מען זיך גרינג פֿאַרבלאָנדזשעט, נעבעך, אינעם מידבר.

ס׳איז נישט גענוג צו לערנען דאָס פּנימיות־התּורה בלויז ווי אַ „בײַלאַגע‟ צו די גשמיותדיקע מיצוות. רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַטאָנט, אַז אַחוץ די געוויינטלעכע תּפֿילות איז וויכטיק פֿאַר יעדן מענטש צו שמועסן מיטן רבונו־של־עולם אויף דער פּשוטער ייִדישער שפּראַך, מיט אייגענע ווערטער. אין יעדן פּרט פֿון אונדזער לעבן דאַרף מען שטרעבן צו זען אַן אָפּשײַן פֿון דער הייליקער שכינה. אויב אַפֿילו מע פֿאַלט, ווייסן מיר דאָך, אַז אַלעמאָל, בפֿרט יום־כּיפּור, קאָן מען אַרויסקריכן פֿונעם חושך און פֿאַרוואַנדלען עבֿירות אין זכותים. „נישטאָ קיין פֿאַרפֿאַלן”, ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט דער פֿערטער ליובאַוויטשער רבי, דער מהר״ש (שמואל שניאורסאָן). הגם דעם אייבערשטנס „פּנים‟ האָט אַפֿילו משה רבינו נישט געזען, קאָנען מיר פֿאָרט זען איבעראַל אָפּשפּיגלונגען און פֿינקלעך פֿונעם באַשעפֿערס ליכט. מיר דאַרפֿן לערנען דעם אינערלעכן אַספּעקט פֿון דער תּורה, כּדי צו געפֿינען אַ פּערזענלעכן דרך אין עבֿודת־השם און אַנטפּלעקונגען פֿון רוחניות.

ווי געזאָגט, רעפּרעזענטירט דער הײַנטיקער שבת חול־המועד אַ סינטעז פֿון צוויי היפּוכדיקע געטלעכע מידות, דין און רחמים. דער סכך און די ווענט פֿון דער סוכּה זענען בפֿירושע באַגרענעצונגען, וואָס זענען מרמז אויף דער מידת־הדין. פֿון דעסט וועגן, שאַפֿן זיי דווקא דאָס געפֿיל פֿון באַקוועמקייט און געמיט, דערמעגלעכנדיק צו אַנטפּלעקן רוחניות אַפֿילו אין די סאַמע פּשוטע טאָג־טעגלעכע מעשׂים. דער סכך, דורך וועלכן עס שײַנען די שטערן, ווײַזט אונדז, אַז כאָטש דער הלכה־אַספּעקט פֿון דער תּורה איז זיכער וויכטיק, איז ער בלויז די ערשטע „באַזע‟ אויף אונדזער „קאָסמאָס־פֿלי‟, צו דער געטלעכער האַרמאָניע פֿון דער ספֿירת־התּפֿארת און נאָך העכער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.