מע זוכט פּראָיעקטן וואָס פֿאַרשטאַרקן ייִדיש צווישן קינדער

Projects Sought that Increase Yiddish Usage Among Kids

שיקל און געלע פֿישמאַן
שיקל און געלע פֿישמאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 04, 2017, issue of October 27, 2017.

די „אַהרון און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג, אַז זי פֿאַרבעט סובווענץ־אַפּליקאַציעס פֿאַר נײַע פּראָיעקטן אויף צו שטאַרקן ייִדיש צווישן קינדער און יוגנט.

דער טערמין אויף אַפּליקאַציעס פֿאַרן יאָר 2018 איז דער 30סטער אָקטאָבער 2017.

צווישן די פֿריִערדיקע פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט אונטערגעשטיצט במשך פֿון די לעצטע יאָרן זענען די אויפֿפֿירונג פֿון אַ ייִדישן שפּיל אין אַ דעטרויטער מיטלשול, ביכער אויף צו לערנען קינדער ייִדיש און סעמינאַרן פֿאַר ייִדיש־לערער.

אינעם בוך Focus on Bilingual Education, אַ זאַמלונג עסייען פֿונעם באַקאַנטן סאָציאָלינגוויסט שיקל פֿישמאַן, דערציילט ד״ר פֿישמאַן אַליין, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע — אַהרון פֿישמאַן, אַ צאָן־טעכניקער פֿון באַסאַראַביע, און סאָניע, פֿון דער אוקראַיִנע — האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע און, אַ דאַנק זייער ייִדיש־אַקטיוויזם, איז זייער היים געוואָרן אַ „בינשטאָק פֿון ייִדיש“. אַהרון און סאָניע האָבן געפֿאָדערט, אַז זייערע צוויי קינדער, שיקל און רחל, זאָלן רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש אין דער היים, און האָבן אָרגאַניזירט ייִדיש־קאָנפֿערענצן, פּאָעזיע־רעציטאַציעס, טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען און אַנדערע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען. רחל פֿישמאַן איז שפּעטער געוואָרן אַ באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטעסע.

לויט דזשאָרדין קוציקס נעקראָלאָג נאָך שיקל פֿישמאַנען אינעם „פֿאָרווערטס‟, פֿלעג שיקלס פֿאָטער גיין מיט אים קלאַפּן אין פֿרעמדע טירן, כּדי צוצורעדן מענטשן צו שיקן זייערע קינדער אין די ייִדישע שולן.

די פֿונדאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אין יאַנואַר 1966, עטלעכע חדשים נאָך דער פּטירה פֿון אַהרון פֿישמאַן, און שפּעטער האָט מען אויך צוגעגעבן דעם נאָמען פֿון זײַן לעבנס־באַגלייטערין סאָניע, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן אין 1979.

אַפּליקאַציעס מוזן אָנגעשריבן ווערן אויף ייִדיש, און דאַרפֿן נאָכפֿאָלגן די אַפּליקיר־אינסטרוקציעס, וואָס מע קען געפֿינען אויף דער פֿונדאַציעס וועבזײַט:

http://www.fishmanfoundation.org/wwwfishmanfoundationorg/howtoapplyforagrant.html

די אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן דורך דער בליצפּאָסט צו:

applications@fishmanfoundation.org

אָדער דורך דער געוויינטלעכער פּאָסט אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס:

Fishman Foundation for Yiddish Culture
3616 Henry Hudson Parkway, Suite 7B-N
Bronx, NY 10463


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.