אַ משל־ראָמאַן װעגן אַ מאָדערנעם דוד המלך

A Fable About a Modern King David


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 08, 2017, issue of October 27, 2017.

די פֿריִערדיקע צװײ ביכער פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער יהושע כּהן, Witz און Book of Numbers, זײַנען געװען עפּישע ראָמאַנען פֿון אַ ריזיקן פֿאַרנעם. זײ האָבן באַהאַנדלט פֿילאָסאָפֿישע ענינים אין אַ סטיל, װאָס שמעלצט צונויף סאַטירישן רעאַליזם מיט גראָטעסקער פֿאַנטאַזיע.

כּהנס נײַ בוך, Moving Kings (דאָס איז דער נאָמען פֿון אַ פֿירמע און אײנצײַטיק אַ שליסל צו דעם משל) איז לכאורה אַ רעאַליסטישער ראָמאַן פֿון אַ געװײנטלעכן פֿאָרמאַט. 

די האַנדלונג קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק און אין ישׂראל און די צװײ העלדן זײַנען באַקאַנטע ייִדישע טיפּן: אַ מיטליאָקירער געשעפֿטסמאַן, דוד קינג, און זײַן פּלימעניק פֿון ישׂראל, יואָבֿ מצבֿ. יואָבֿ האָט אָקערשט אָפּגעדינט אין צה״ל, און װי אַ סך ישׂראלישע יונגעלײַט װיל ער פֿאַרברענגען אַ שטיק צײַט מחוץ־לארץ. זײַן אַמעריקאַנער פֿעטער דוד נעמט אים אַרײַן אין זײַן געשעפֿט, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַריבערפֿירן (מופֿן, װי מען פֿלעגט אַ מאָל זאָגן אױף אַמעריקאַנער ייִדיש) און מאַגאַזינירן מעבל און כּלערלײ אַנדערע חפֿצים. זיי ביידע לעבן איצט איבער אַ קריטישן מאָמענט. דוד האָט צרות מיט זײַן טאָכטער, אַ שלימזלניצע און נאַרקאָמאַנקע, װאָס האָט אים פֿײַנט אָבער מאָנט כּסדר געלט בײַ אים. יואָבֿ איז פּסיכאָלאָגיש צעמישט נאָך זײַן מיליטערישן דינסט אױף די פּאַלעסטינער שטחים.

װי עס האָבן שױן באַמערקט עטלעכע יונגע ייִדישע קריטיקער, האָבן די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער אַ נטיה צו װײַזן „שײנע” ייִדן, בפֿרט אינטעליגענטע פֿרױען װאָס ראַנגלען זיך מיט אײדעלע מאָראַלישע און פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. כּהן, להיפּוך, מאָלט אױס גראָבע יונגען, װאָס פֿירן זיך װײַט ניט אײדל. ער באַרירט אױך אַן אַנדערן סענסיטיװן ענין בײַ די הײַנטיקע ייִדן: די באַציִונגען צװישן אַמעריקאַנער ייִדן און ישׂראל. דאָ האָט ער אױך ניט קײן סך רחמנות, ניט אױף דעם און ניט אױף יענעם צד. זײַן בוך ציט געװיסע פּאַראַלעלן צװישן דער באַהאַנדלונג פֿון די פּאַלעסטינער אַראַבער מצד די צה”ל־כּוחות און דער אופֿן ווי קינגס „מופֿערס” באַהאַנדלען די אָרעמע ניו־יאָרקער תּושבֿים, װאָס זײַנען ניט ביכולת צו באַצאָלן דירה־געלט.

אַזױ אַרום לאָזט זיך דער ראָמאַן לײענען װי אַ ראַדיקאַלע קריטיק פֿון דער שטיצע פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק מצד די רעכטע אַמעריקאַנער ייִדן. דוד קינג גיט געלט צו דער רעפּובליקאַנער פּאַרטײ, בעת יואָבֿס פֿאַמיליע־נאָמען מצבֿ דערמאָנט אָן דעם שטענדיקן נױט־צושטאַנד אין ישׂראל.

אָבער די סיפּור־המעשׂה פֿון כּהנס ראָמאַן װאַקסט ניט נאָר פֿון דער הײַנטיקער װירקלעכקײט. די געשיכטע פֿון דוד קינג און זײַן פּלימעניק יואָבֿ איז אַן אַלטע מעשׂה, װאָס מען לערנט פֿון ספֿר שמואל ב׳ און מלכים א׳ אינעם תּנ״ך. יואָבֿ איז טאַקע געװען דוד המלכס אַ פּלימעניק, װאָס האָט קאָמאַנדעװעט מיט זײַנע חילות. יואָבֿ האָט אױך געהאָלפֿן דודן פּטור װערן פֿון אוריה החיתּי נאָך דעם ווי דוד האָט זיך פֿאַרליבט אין אוריהס פֿרױ בת־שבֿע. עפּעס ענלעכס קומט פֿאָר אין כּהנס ראָמאַן מיט יואָבֿס חבֿר אוריה, װאָס פֿאַרלירט זײַן געליבטע בתיה (כאָטש דוד האָט דערמיט גאָר ניט צו טאָן).

די געשיכטע פֿון דוד המלך און זײַן גענעראַל יואָבֿ אינעם תּנ״ך איז פֿול מיט רציחה און בגידה. אין תּוך גענומען האָט יהושע כּהן פּשוט איבערגעניצעװעט די דאָזיקע אַלטע מעשׂה אין אַ הײַנטצײַטיקן ראָמען, װוּ דער משל איז איבערגעפֿלאָכטן מיט דער רעאַליסטישער שילדערונג. כּהן האָט אויך באַנוצט דעם דאָזיקן סטיליסטישן מכשיר אין זײַן ראָמאַן The Book Of Numbers, װאָס איז אַ פּאָסט־מאָדערניסטישער טײַטש אױפֿן ספֿר „במדבר”.

װי אַזױ זשע לײענט מען „מוּװינג קינגס”? פֿון אײן זײַט איז עס טאַקע אַ לעבעדיקע, שאַרפֿזיניקע און מײַסטעריש אָנגעשריבענע שילדערונג פֿון אַ געװיסער שיכט פֿון אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע ייִדן, װאָס עטלעכע קריטיקער האָבן פֿאַרגליכן מיט דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, „די סאָפּראַנאָס”. כּהן איז אַ יורש פֿון דער נאַטוראַליסטישער קריטישער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס הײבט זיך אָן מיט מענדעלעס „דאָס קלײנע מענטשעלע” און פֿאַרמאָגט אַזעלכע מײַסטערװערק װי איטשע־מאיר װײַסנבערגס „אַ שטעטל” און עוזר װאַרשאַװסקיס „שמוגליאַרס”. די אַמעריקאַנער ייִדישע מחברים װי, למשל, כאַװער־פּאַװער, יוסף אָפּאַטאָשו און ברוך גלאַזמאַן האָבן אױך געשאַפֿן בולטע געשטאַלטן פֿון ייִדישע גזלנים און גראָבע יונגען. אױף ענגליש איז מען אָבער כּסדר געװען מער אָפּגעהיט מיט װײַזן „שלעכטע” ייִדן, צוליב אַ טיף־אײַנגעװאָרצלטן פּחד פֿאַר „װאָס װעלן זאָגן די גויים”.

די ענגליש־שפּראַכיקע רעצענזענטן לײענען „מוּװינג קינגס” װי אַ שאַרפֿע סאָציאַלע קריטיק. אײניקע טענהן אַפֿילו, אַז כּהן כאַפּט איבער די מאָס מיט זײַנע פּאַראַלעלן צװישן דעם אױפֿפֿיר פֿון צה״ל און די אַמעריקאַנער „מופֿערס” פֿון קינגס געשעפֿט. אָבער די קריטיקער פֿון גרױסע אַמעריקאַנער צײַטשריפֿטן פֿאַרפֿעלן דעם עיקר פֿון כּהנס דערצײלערישן אױפֿטו, װאָס שטעלט די העלדן פֿונעם תּנ״ך אין דער סאַמע מיט פֿונעם הײַנטיקן לעבן אין אַמעריקע און ישׂראל. כּהן פּרוּװט װײַזן אונדז, װי אַזױ דוד המלך און זײַן פּלימעניק יואָבֿ װאָלטן זיך געפֿירט הײַנט־צו־טאָג. 

דאָ און דאָרט זײַנען אינעם טעקסט פֿאַראַן רמזים אױפֿן בוכס פּאַראַלעל מיטן תּנ״ך. ווען קינג פֿאָרט אויף אַ וויזיט קיין ישׂראל שרײַבט דער מחבר: „די דיסטאַנץ גיט צו צו די געפֿילן אַ געוויסע גראַנדיעזקייט.‟ אַזוי זאָגט מען געוויינטלעך וועגן די אוראַלטע מעשׂיות פֿונעם תּנ״ך, װאָס זײַנען אָפּגעטײלט פֿון אונדז צוליב דעם ריזיקן מהלך פֿון דער צײַט. אָבער װען מען לײענט דאָס אונטערן הײַנטיקן קריטישן מאָראַלישן שפּאַקטיװ, דערקענט מען מאָדערנע מענטשלעכע טיפּן און פּראָבלעמען. דוד קינג זאָגט צו זײַן ישׂראלדיקן פּלימעניק: „יאָ, דו ביסט אַן עכטער ייִד. דאָס ביסטו בטבֿע, האָבנדיק אַרױסגעװאַקסן פֿונעם לאַנד.[…] דאָ אין אַמעריקע האָט אַן עכטער ייִד װי דו אַן אָרט װוּ צו געפֿינען זײַן אײגענע זאַך, כּדי זיך צו באַעכטיקן.” בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרקערפּערן ישׂראלים די „עכטע ייִדן‟, כּלומרשט די פֿיגורן פֿון תּנ״ך, אָבער די דאָזיקע אידענטיפֿיקאַציע איז טיף־פּראָבלעמאַטיש.

כּהן דערפֿירט דעם לײענער צו אַ קשיא, װאָס האָט אַ שײַכות אי צו ישׂראל אי צו אַמעריקע. בײדע לענדער האַלטן דעם תּנ״ך פֿאַר אַ װיכטיקן יסוד פֿון זײער אידענטיטעט. אָבער װאָס באַקומט זיך, װען מען לײענט די מעשׂיות פֿונעם תּנ״ך ווי זיי וואָלטן זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער טאָג־טעגלעכער װירקלעכקײט פֿון בײדע לענדער? אין יהושע כּהנס מײַסטערהאַפֿטיקער פֿאַרטײַטשונג, איז דאָס בילד גאַנץ באַאומרויִקנדיק.