אַ שׂימחת־תּורה באַל אין „די־פּי‟־לאַגער, 1949

A Simchas Torah Ball in the DP Camp, 1949

פֿון רמי נוידאָרפֿער

Published October 08, 2017, issue of October 27, 2017.

איך האָב לעצטנס בײַ דער דיגיטאַלישער קאָלעקציע פֿון ייִוואָ, „אַפֿישן פֿון די ׳די־פּי׳־לאַגערן‟, געפֿונען אַ גאָר אינטערעסאַנטן בײַשפּיל דערפֿון: אַ פֿאַרבעטונג אויף אַ באַל, אָרגאַניזירט פֿונעם קרן־קיימת, שׂימחת־תּורה, זונטיק דעם 16טן אָקטאָבער 1949.

ווי איר קענט אַליין זען איז דער אַפֿיש געדרוקט אויף ייִדיש אָבער מיט לאַטײַנישע אותיות. פֿאַר וואָס? גלײַך נאָך דער מלחמה זענען פּשוט נישט געווען גענוג ייִדישע דרוקערײַען אין דײַטשלאַנד, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען דער אָ „די־פּי‟־לאַגער. דערצו האָבן אַ טייל פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע לעבן געבליבענע נישט גע­קענט דעם אַלף־בית. אַ סך ייִדן וואָס האָבן פֿאַרן חורבן נישט געקענט קיין ייִדיש האָבן זיך אויס­געלערנט דאָס לשון פֿון אַנדערע ייִדן אין קאָנ­צענטראַציע־לאַגער.

כאָטש אַ סך פֿון די ייִדן אין די „די־פּי‟־לאַגערן זענען געווען ציוניסטיש געשטימט — און בפֿרט די וואָס וואָלטן געקומען אויף אַן אונטערנעמונג פֿונעם קרת־קיימת — איז זייער טאָגטעגלעך לשון געווען ייִדיש. כּמעט אַלע „די־פּי‟־פּובליקאַציעס זענען געווען אויף ייִדיש; ס׳רובֿ פֿונעם שול־קוריקולום איז געווען אויף ייִדיש און די טעאַטער־אויפֿפֿירונגען זענען אויך געווען אויף מאַמע־לשון.

אויפֿן שילד וועגן דעם באַל שטייט געשריבן אַז ער הייבט זיך אָן 8:30 אין אָוונט אין די פּרעכטיקע זאַלן פֿונעם דײַטשישן טעאַטער־קאַפֿע אויף 13 שוואַנטאַלער גאַס, דורכן „זענדלינגער טאָר‟ — אַ שטאָטטויער בײַם אַרײַנ­גאַנג צום אַלטן קוואַרטאַל אין מינכן, דײַטשלאַנד.

דער אַפֿיש רעקלאַמירט אַ פֿולע קינסט­לערישע פּראָגראַם מיט „די בעסטע ייִדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסט­לער‟: דרײַ באַרימטע דזשעז־אָרק­סעטערס, טעאַטער־סצענקעס, הומאָר, סאַ­טירע, געזאַנג, מוזיק און טענץ. און דער­צו — אַ געשמאַקער און בילי­קער בופֿעט. מע מעלדט אויך אַז מע וועט אויס­טיילן דרײַ פּריזן פֿאַר דער געווינערין פֿון אַ שיינקייט־קאָנקורס.

אינטערעסאַנט איז אַז דער באַל איז פֿאָר­געקומען אינעם „דײַטשן טעאַטער־קאַפֿע‟ אין צענטראַל מינכען, זייער נאָענט צום טרויעריק באַרימטן בירזאַל וווּ נאַציס פֿלעגן פֿאַרברענגען און פֿון וואַנען היטלער האָט אָנגעהויבן זײַן פּוטש צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט אין 1923. דווקא דאָרט האָבן די ייִדן אין 1949 געפּראַוועט שׂימחת־תּורה און זיך געפֿרייט מיט דער נײַער ייִדישער מדינה.

רחי בערמאַן (לינקס) און סעווערין שערלינג אין „שלמה מולכו‟
רחי בערמאַן (לינקס) און סעווערין שערלינג אין „שלמה מולכו‟

דער „דײַטשער טעאַטער‟ איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1896. אין מאַרץ 1943 איז דער בנין צעשטערט געוואָרן פֿון די אַמעריקאַנער באָמבאַרדירונגען. געבליבן איז בלויז דער נעאָ־באַראָקישער „זילבערנער צימער‟. אַ פּנים אין יענעם צימער האָט מען דורכגעפֿירט דעם באַל.

און ווער זענען געווען די „בעסטע ייִדישע און אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלער‟ וואָס דער אַפֿיש דערמאָנט? איר וועט באַמערקן אַז אונטער יעדן אַרטיסטס נאָמען שטייט זײַן אַפֿיליִאַציע. אַ טייל האָבן געהערט צו דער MIT, די ראָשי־תּיבֿות פֿונעם „מינכנער יודישעס טעאַטער‟ — די באַקאַנטסטע טרופּע אין יענעם טייל פֿון דער אַמעריקאַנער זאָנע. די טרופּע האָט עקזיסטירט צווישן 1946 און 1949, ביז ס׳רובֿ פֿון אירע מיטגלידער האָבן עולה געווען אין דער נײַער ייִדישער מדינה.

אונטן זעט איר איינעם פֿון די אַרטיסטן אויסגערעכנט אינעם אַפֿיש — רחי [ראַכי] בערמאַן — אין איינעם מיט אַ צווייטן אַקטיאָר, סעווערין שערלינג, אין אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „שלמה מולכו‟ אינעם מינכער „די־פּי‟־לאַגער.

אַ פּלאַקאַט פֿאַר דער פּרעמיערע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני־לעמל‟
אַ פּלאַקאַט פֿאַר דער פּרעמיערע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני־לעמל‟

מע געפֿינט די נעמען פֿון די אַרטיסטן אינעם באַל אויך אין די אַפֿישן פֿון אַנדערע פֿאָרשטעלונגען אינעם לאַגער. אין אַ פּלאַקאַט פֿאַר דער פּרעמיערע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „צוויי קוני־לעמל‟, שפּילן פֿינף פֿון די באַטייליקטע אינעם באַל: דוד ראָגאָוו, רחי בערמאַן, רחל אַנטופּיצקי און דער טענצער מאַקס מיקסער.

אין נאָך אַן אַפֿיש פֿאַר אַן אָוונט פֿון באַ­לעט, רעקלאַמירט מען די שטערן מאַקס מיק­סער, „דער בעסטער ייִדישער טענצער‟ פֿון די מאָסקווער און וואַרשעווער אָפּערע־הײַ­זער, און זײַן פּאַרט­נערין, דאַגמאַראַ, פֿון דער „לאָנדאָנער קאַסינאָ‟.

וועגן צוויי פֿון זיי — שמאי ראָזענבלום און דוד ראָגאָוו — איז כּדאַי צו דערציילן אַ ביסל ווײַל זייערע געשיכטעס סימבאָליזירן די באַנײַטע כּוחות בײַ דער שארית־הפּליטה נאָכן חורבן.

שמאַי ראָזענבלום טרעט אויף בײַ דער עפֿענונג פֿון אַ באַזאַר לטובֿת דעם קרן קיימת, דעצעמבער 1947
שמאַי ראָזענבלום טרעט אויף בײַ דער עפֿענונג פֿון אַ באַזאַר לטובֿת דעם קרן קיימת, דעצעמבער 1947

שמאי ראָזענבלום (1914־1978) איז געווען אַ תּלמיד אין דער סאָכעטשעווער ישיבֿה אין לאָדזש און איז שפּעטער געוואָרן אַ ציוניסט און אַקטיאָר. ער האָט אויפֿגעטראָטן אין לאָדזשער געטאָ, און נאָך דער ליקווידירונג פֿונעם געטאָ — אין די אומברענג־לאַגערן. דווקא דער אַכזריות­דיקער נאַצי־פֿאַברעכער ד״ר מענגעלע האָט געראַטעוועט ראָזענבלום פֿון טויט ווײַל ער האָט דווקא הנאה געהאַט פֿון דער אַנטי־נאַציסטישער פּיעסע וואָס ראָזענבלום האָט זיך דערוועגט פֿאָרצושטעלן אין לאַגער.

נאָך דער מלחמה האָט ראָזענבלום גאַסט­ראָלירט איבער די „די־פּי‟־לאַגערן.

שפּעטער האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל וווּ ער האָט זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאַרשפּרייטן דעם אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן און בפֿרט מיט די לידער וואָס מע האָט געזונגען אין געטאָ און אין די לאַגערן.

אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן אין אַ פּאַרק אין מינכן. צווישן זיי: ריטאַ קאַרפּינאָוויטש, נאָרבערט האָראָוויץ, דוד ראָגאָוו און פּסח גוטמאַרק
אַ גרופּע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן אין אַ פּאַרק אין מינכן. צווישן זיי: ריטאַ קאַרפּינאָוויטש, נאָרבערט האָראָוויץ, דוד ראָגאָוו און פּסח גוטמאַרק

אַ צווייטער אַרטיסט וואָס האָט זיך באַ­טייליקט אינעם שׂימחת־תּורה באַל, דוד ראָגאָוו (1915־2007), איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און שטודירט אין דער אָרטיקער טעאַטער־שול. זײַן ערשטער אויפֿטריט איז געווען אינעם ווילנער ליאַלקע־טעאַטער „מיידים‟. אין די אָנ­הייב 1940ער איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון דער טרופּע אינעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין מינסק. פֿון 1946 ביז 1950 האָט ער אויפֿ­געטראָטן אין די „די־פּי‟־לאַגערן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, נינאַ.

אין 1950 האָט ראָגאָוו זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק וווּ ער האָט געשפּילט אין מאָריס שוואַרצס קונסט־טעאַטער און שפּעטער — אין דער פֿאָלקסבינע. ער האָט געהאָלפֿן גרינדן די ווילנער לאַנדסמאַנשאַפֿט „נוסח ווילנע‟; גע­דינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די „ידיעות פֿון ייִוואָ‟ און געווען אַ מיטאַרבעטער פֿון יודל מאַרקס „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.