מסיבה לכּבֿוד דרײַ יאָר „אין געוועב‟

Celebration in Honor of In Geveb's Third Year

אויף דער פֿאַראַיאָריקער מסיבה לכּבֿוד „אין געוועב‟
Rukhl Schaechter/In Geveb
אויף דער פֿאַראַיאָריקער מסיבה לכּבֿוד „אין געוועב‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 10, 2017, issue of October 27, 2017.

דער אינטערנעץ־זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס „אין געוועב‟, איז געוואָרן אַזאַ עיקרדיקער טייל פֿון דער ייִדיש־וועלט, אַז ס׳איז אַמאָל שווער צו גלייבן, אַז מע האָט אים לאַנצירט מיט בלויז דרײַ יאָר צוריק.

כּדי אָפּצומערקן דעם אָנהייב פֿון זײַן דריטן יאָר אָרדנט אײַן „אין געוועב‟ אַ מסיבה אין מאַנהעטן, וואָס וועט פֿאָרקומען בײַם „סאָלאַס־באַר‟ אינעם „ווילעדזש‟.

בײַ דער געלעגנהייט וועט מען קענען הערן קלעזמער־מוזיק פֿונעם פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט, זיך פֿאַרשטעלן װי ייִדישע שרײַבער פֿון אַמאָל כּדי זיך צו לאָזן פֿאָטאָגראַפֿירן אין אַ „פֿאָטאָ־בודקע‟, און זיך דערוויסן וואָס אַ ייִדיש־רעדנדיקער וואָרזאָגער האַלט וועגן דער צוקונפֿט.

מע וועט אויך פֿאַרקויפֿן ייִדישע ביכער, סערווירן אוקראַיִנישע מאכלים פֿון „וועסעלקע‟, און פֿאַרשטייט זיך, מאַכן אַ לחיים לכּבֿוד דעם זשורנאַל.

די מסיבה, וואָס וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 6טן נאָוועמבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט, ווערט מיטספּאָנסירט דורך ד״ר זכריה בעקער (סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט), סאָניע איזאַרד און ד״ר איתן קענסקי (ייִדישער ביכער־צענטער).

בילעטן (פֿון $10 ביז $50 דאָלאַר) קען מען באַשטעלן דאָ.

„אין געוועב‟ האָט שוין אַרויסגעגעבן הונדערטער אַרטקילען, איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלאָג־פּאָסטן און אינטערוויוען וועגן כּלערליי טעמעס. „אין געוועב‟ פֿילט אַ וויכטיקע נישע ניט בלויז ווי דער איינציקער זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס, נאָר אויך ווי דער איינציקער אינטערנעץ־זשורנאַל וואָס פֿאַרעפֿנטלעכט רעגולער ייִדישע טעקסטן אין אַ צוויי־שפּראַכיקן פֿאָרמאַט.

אַחוץ זײַנע אַקאַדעמישע און פֿאַרלעגערישע דערגרייכונגען איז „אין געוועבס‟ יערלעכע מסיבה באַקאַנט בײַ די יונגע געזעלשאַפֿטלעכע ייִדישיסטן ווי איינע פֿון די הויפּט־אונטירנעמונגען פֿון יאָר.

אָט קען מען לייענען דזשאָרדין קוציקס רעפּאָרטאַזשן וועגן דעם זשורנאַלס מסיבה פֿון 2016 און וועגן זײַן מסיבה פֿון 2015.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.