פֿאַר וואָס צוויי סיקכן האָבן געשאַפֿן אַ ראַנדקע־„אַפּ‟ פֿאַר ייִדן

Why These Two Sikhs Created a Jewish Dating App

קע־דזשיי דאַליוואַל, דער גרינדער פֿון דער נײַער ראַנדקע־אַפּליקאַציע
Courtesy of Dhaliwal
קע־דזשיי דאַליוואַל, דער גרינדער פֿון דער נײַער ראַנדקע־אַפּליקאַציע

פֿון דזשאָסעפֿין דאָלסטען (ייִט׳׳אַ)

Published October 17, 2017, issue of October 27, 2017.

בײַם איבערקוקן די צוויי אינדישע געשעפֿטסלײַט, קיי־דזשיי דאַליוואַל און סוכמיט טאָר, וואָלט קיינעם ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז דווקא זיי האָבן געשאַפֿן די לעצטע ראַנדקע־„אַפּ‟ פֿאַר ייִדן. ביידע, ווי אַלע אַנדערע אָנגעשטעלטע וואָס אַרבעטן פֿאַר זייער „הײַ־טעק‟־פֿירמע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, געהערן צו דער סיקכישער רעליגיע.

אין 2015 האָבן זיי געשאַפֿן די אַפּליקאַציע Dil Mil, וואָס איז בעצם אַ מין „טינדער‟ פֿאַר די פֿון דרום־אַזיאַטישן אָפּשטאַם. זיי רעכענען, אַז זינט זיי האָבן געשאַפֿן די „אַפּ‟, האָט זי משדך געווען מער ווי 5 מיליאָן פּאָרלעך.

נאָך אַזאַ גרויסן דערפֿאָלג איז עס לאָגיש אַז די צוויי אינדיש־אַמעריקאַנער געשעפֿטס־מומחים זאָלן שאַפֿן נאָך אַן ענלעכע אַפּליקאַציע פֿאַר אַנדערע גרופּעס. אָבער פֿאַר וואָס דווקא פֿאַר ייִדן?

„מיר האָבן געזען אַ סך ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און דרום־אַזיאַטיקער,‟ האָט דאַליוואַל געזאָגט. „אונדזערע ווערטן זענען ענלעך; מיר האַלטן ביידע פֿון חתונה האָבן, און אין ביידע גרופּעס פֿילט מען זיך צוגעבונדן איינער מיטן אַנדערן.

דערצו, גיט איבער דאַליוואַל, אַז דער דורכשניטלעכער ייִד אָדער דרום־אַזיאַטיקער איז געוויינטלעך מער פֿאַרמעגלעך און געבילדעט ווי דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער.

צוליב אָט די ענלעכקייטן האַלטן די צוויי בעלי־עסקנים, אַז זייער טעכנאָלאָגיע, וואָס איז געווען אַזוי געלונגען בײַ די דרום־אַזיאַטיקער, וואָלט אויך געלונגען פֿאַרן ייִדישן עולם.

„שלום‟ איז געצילעוועט אויף די, וואָס ווילן אַ קאָמפּראָמיס צווישן די אַפּליקאַציעס ווי „טינדער‟, וווּ מע זוכט עמעצן געוויינטלעך בלויז אויף אַן „אייננאַכטל‟ אָדער אַ נישט־ערנסטער באַציִונג — און פֿון דער אַנדערער זײַט, די וועבזײַטן ווי eHarmony און Match.com, וואָס מע נוצט כּדי צו געפֿינען דעם באַשערטן. די אַפּליקאַציע, וואָס מע פּרובירט נאָך אויס, האָט שוין 15,000 אַקטיווע באַניצער.

לויט די גרינדער שיידט זיך אונטער „שלום‟ מיט אירע קאָנקורענטן JDate, JSwipe און SawYouAtSinai מיט דעם וואָס די טעכנאָלאָגיע באַנוצט זיך מיט מער דאַטן, כּדי צו באַשליסן וועמען פֿאָרצושטעלן ווי אַ פּאָטענציעלן שידוך. די אַפּליקאַציע ניצט סאָפֿיסטיצירטע אַלגאָריטעמס וואָס רעכענען אַרײַן ווי אַזוי די באַניצער האָבן פֿריִער גערעדט מיט אַנדערע מענטשן דורך דער אַפּליקאַציע, ווי אויך אַנדערע פּרטים פֿון זייערע סאָציאַלער מעדיע־קאָנטעס (פֿייסבוק, אינסטאַגראַם און LinkedIn).

מע קען אַראָפּלאָדן די אַפּליקאַציע דורך פֿייסבוק אָדער אים קויפֿן פֿון „אַפּל‟.

אַז מע באַנוצט די אַפּליקאַציע דורך פֿייסבוק, גיט „שלום‟ איבער ניט בלויז אַ רשימה פֿון די רעזולטאַטן, נאָר שטעלט זיך אויך פֿאָר ווי אַ ראָבאָט, וואָס שמועסט און פֿרעגט ווײַטערדיקע פֿראַגעס. די צוויי גרינדער זענען גרויסע אָנהענגער פֿון אַזעלכע „שמועס־ראָבאָטן‟ (chatbots), וואָס לערנען זיך דורך קינסטלעכער אינטעליגענץ און ווערן, כאָטש טעאָרעטיש, אַ ביסל קליגער מיט יעדן שמועס.

דאַליוואַל און טאָר האַלטן, אַז די דאָזיקע „באָטן‟ וועלן זײַן די צוקונפֿט פֿון דער ראַנדקע־„אַפּ‟־אינדוסטריע.