קאָנפֿערענץ וועגן סוצקעווער בײַם לונדער אוניווערסיטעט

Conference on Abraham Sutzkever at Lund University

לונדער אוניווערסיטעט
Courtesy of Lund University
לונדער אוניווערסיטעט

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 18, 2017, issue of October 27, 2017.

שוועדן איז ניט קיין לאַנד, וואָס ווערט בדרך־כּלל אַסאָציִיִרט מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם ייִדישן דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער. אַ דאַנק דעם, אָבער, וואָס די שוועדישע רעגירונג שטיצט אונטער די ייִדיש־פּראָגראַם בײַם לונדער אוניווערסיטעט און אַ דאַנק דעם פֿאַקט וואָס דער הויפּט פֿון אָט דער פּראָגראַם איז ד״ר יאַן שוואַרץ, אַ פֿאָרשער פֿון סוצקעווערס ווערק וואָס האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון „גרינער אַקוואַריום‟ אויף דעניש, וועט לונד, שוועדן, באַלד דינען, כאָטש צײַטווײַליק, ווי דער וועלטצענטער פֿון דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג וועגן סוצקעווערן.

די סיבה דערפֿאַר איז ווײַל ד״ר שוואַרץ אָרגאַניזירט אַ וויכטיקע קאָנפֿערענץ איבערן לעבן און שאַפֿן פֿון סוצקעווער „ווילנע — ירושלים ד׳ליטאַ — און די לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער‟, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 16טן נאָוועמבער. אין דער קאָנפֿערענץ וועלן אָנטיילנעמען פֿאָרשער פֿון ענגלאַנד, שוועדן, פּוילן, פֿינלאַנד, ליטע, אַמעריקע, דענמאַרק, און ישׂראל. צווישן די טעמעס וועט מען אַרומרעדן די באַציִונגען צווישן סוצקעווערס ווערק און ווילנע; ווי אַזוי סוצקעווער האָט רעאַגירט אויפֿן חורבן אין זײַנע ווערק; ווי אַזוי די ליטווינער באַטראַכטן הײַנט סוצקעווערס לידער און ווי אַזוי די טעמע פֿון נאַטור ווערט ווידער אויפֿגעלעבט אין זײַנע לידער וועגן אַפֿריקע.

אַחוץ דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין שוועדן גופֿא אָרגאַניזירט ד׳׳ר שוואַרץ אַ פֿילשפּראַכיקע פֿאָרלייענונג פֿון סוצקעווערס ווערק אין קאָפּענהאַגן, דענמאַרק, וואָס וועט פֿאָרקומען אַ טאָג פֿאַר דער קאָנפֿערענץ. אין דער פּראָגראַם וועט מען פֿאָרלייענען סוצקעווערס לידער אויף דעניש, שוועדיש, ענגליש און, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש.

נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער קאָנפֿערענץ קען מען געפֿינען דאָ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.