שורה ליפּאָווסקי וועט באַקומען אויסצייכענונג א׳׳נ פֿון חנה קופּער

Shura Lipovsky to Receive Dreaming in Yiddish Award

שורה ליפּאָווסקי
שורה ליפּאָווסקי

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 19, 2017.

די האָלענדיש־ייִדישע זינגערין און לערערקע שורה ליפּאָווסקי וועט הײַיאָר באַקומען די יערלעכע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש.‟ די אויסצייכענונג וועט צוגעטיילט ווערן אויפֿן יערלעכן קאָנצערט לזכר חנה קופּער, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 27סטן דעצעמבער, בײַם „עבראָנס־קונסט־צענטער‟ אויפֿן „איסט־סײַד‟.

דער הײַיאָריקער קאָנצערט, אַזוי ווי די לעצטע צוויי אין דער סעריע, וועט פֿאָרקומען סײַ ווי אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם „פֿאָנד א״נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟, סײַ ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק.‟ דער איצטיקער גילגול פֿונעם ספּעקטאַקל הייסט „לידער פֿאַר שלום‟ און וועט אַרײַננעמען לידער פֿון אַ געזאַנגבוך וואָס קופּער האָט געשאַפֿן צוזאַמען מיט איר פּאַרטנערין מאַרילין לערנער. דעם ציקל לידער פֿונעם בוך Every Mother’s Son: Jewish Songs of War and Peacemaking (יעדער מאַמעס זון: ייִדישע לידער וועגן מלחמה און מאַכן שלום), וועלן זינגען קופּערס טאָכטער שׂרה־מינע גאָרדאָן, דוד וואַל און דניאל קאַהן. אַ גרויסע קאַפּעליע, אָנגעפֿירט פֿון פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד, וועט זיי באַגלייטן אונטער דער מוזיקאַלישער רעזשי פֿון מאַרילין לערנער.

אַחוץ די לידער פֿון „יעדער מאַמעס קינד‟ וועט דער קאָנצערט אויך אַרײַננעמען שורה ליפּאָווסקיס לידער. ליפּאָווסקי איז באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט ווי אַ באַגאַבטע זינגערין פֿון טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסלידער און קונסטלידער, ווי אויך אַ דערציילערין פֿון סײַ פּערזענלעכע איבערלעבונגען, סײַ פֿאָלקס־מעשׂיות.

אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען געגעבן די פּרעמיע דעם שרײַבער און איבערזעצער מײַקל וועקס, דעם רעפּ־זינגער דזשאַש דאָלגין, די פּאָעטעסע אירענאַ קלעפּפֿיש און די אַקטריסע און טעאַטער־רעזשיסאָרקע דזשעני ראָמיין.

דער קאָנצערט הייבט זיך אָן 7:30 אין אָוונט. בילעטן (36 דאָלאַר) קען מען באַשטעלן דאָ. מע קען לייענען וועגן די פֿריִערדיקע קאָנצערטן לזכר חנה קופּער און זען פֿילמען דערפֿון דאָ, דאָ און דאָ.