דער ים — אַ קוואַל פֿון פֿאַרגעניגנס

The Sea As a Source of Pleasure

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 19, 2017.

נישט לאַנג צוריק זענען מײַנע חבֿרים אַרומגעפֿאָרן איבער אַ צאָל היסטאָרישע ייִדישע שטעט אין אייראָפּע מיט אַ שיף, אָנהייבנדיק פֿון מאַרסיי און ניצע. דערנאָך האָבן זיי באַזוכט איטאַליע, שפּאַניע און עטלעכע אינדזלען אין גריכנלאַנד. כּמעט יעדע אייראָפּעיִשע שטאָט — למשל, ווענעדיק און באַרי — האָט אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע.

געוויסע טוריסטישע פֿירמעס לייגן פֿאָר אַזוי־גערופֿענע כּשרע נסיעות. צום בײַשפּיל, אין אָנדערהאַלבן חודש וועלן אַרומפֿאָרן די „חנוכּה־שיפֿן‟ דורך מײַאָרקע און סאַרדיניע. אָפֿט איז אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע נסיעה מערקווירדיק טײַערער, ווי אַ געוויינטלעכע. אין דער אמתן, כּל־זמן מע איז מסכּים צו עסן בלויז ברויט, איילבערטן און אַנדערע מאכלים, אַרײַנגערעכנט דעם אייגענעם שפּײַז וואָס מע ברענגט מיט זיך אויף דער שיף, קאָן מען זיך גיבן אַן עצה און באַזוכן די היסטאָרישע אייראָפּעיִשע צי אַנדערע ערטער אויף אַ גאַנץ הלכהדיקן אופֿן בעת אַ מער ביליקער נישט־ייִדישער נסיעה.

די אַשכּנזישע פּוסקים האַלטן, אַז מע מוז אָנהייבן די נסיעה צום שפּעטסטן דינסטיק, כּדי צו פֿאַרברענגען אויף דער שיף דרײַ טעג פֿאַר שבת. אויב די קרויִז־פֿירמע לייגט נישט פֿאָר קיין ברירה, קאָן מען אַפֿילו אַוועקפֿאָרן פֿרײַטיק – הגם ס׳איזב בעסער צו פֿרעגן אַ היתּר דערפֿאַר בײַ אַ רבֿ. אויב איר ווייסט, אַז דער קאַפּיטאַן פֿון דער שיף אָדער דער בעל־הבית איז אַ ייִד, איז אײַער נסיעה מער פּראָבלעמאַטיש, כאָטש אין פּרינציפּ קאָנט איר נאָך אַלץ באַקומען אַ היתּר — געוויינטלעך, לשם פּרנסה, נישט סתּם זיך צו פֿאַרווײַלן אויפֿן ים.

אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם איז דער עירובֿ־תּחומין. אויף דער שיף מעגט איר, געוויינטלעך, אַרומטראָגן אײַערע זאַכן דעם גאַנצן שבת. אויף דער יבשה טאָר מען אָבער נישט אַרומגיין אַפֿילו מיט ליידיקע קעשענעס; און אַחוץ דעם איסור אַרומצוטראָגן, זאָלט איר געדענקען, אַז אײַער פּאַספּאָרט איז אַ מוקצה. אויב איר ווערט געכאַפּט אין אַ פֿרעמד לאַנד אָן קיין דאָקומענטן, האֶָט איר אויך אַ גוטן שאַנס אַרעסטירט צו ווערן.

אַזוי צי אַזוי, לייענען מיר אין אונדזער פּרשה, צום ערשטן מאָל, וועגן אַ שיףּ־נסיעה.

להיפּוך צו דער פּאָזיטיווער מעלה פֿון שיף־נסיעות, לייענען מיר, ווי די מענטשן האָבן געבראַכט מיט זייערע עבֿירות אַ מבול אויף דער גאַנצער וועלט. צווישן דער פֿאַרדאָרבענער מענטשהייט איז געבליבן בלויז איין צדיק — נח. דער רבונו־של־עולם האָט אים געהייסן אויפֿבויען די תּיבֿה, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע צוזאַמען מיט זײַן משפּחה און מיט אַלע חיות.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.