אַ לעקציע וועגן דער מוזיק פֿון „אויסגעלאַסן‟

A Lecture about the Music of Indecent

ליסאַ גוטקין און אַהרן האַלוואַ
Getty Images
ליסאַ גוטקין און אַהרן האַלוואַ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 20, 2017.

די בראָדוויי־פּיעסע „אויסגעלאַסן‟ האָט באַקאַנט געמאַכט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם מיט דער געשיכטע פֿון שלום אַשס גאָט פֿון נקמה און דעם פּרוּוו פֿון אַ ניו־יאָרקער געריכט צו צענזורירן די פּיעסע. די פֿאָרשטעלונג, וואָס איז געווען שטאַרק געלויבט פֿון די רעצענזענטן, האָט באַקומען אַ „טאָני‟־פּרעמיע און האָט דערוועקט אַן אינטערעס צו שלום אַשס ווערק בכלל.

איין וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער פּיעסע וואָס מע האָט ביז־אַהער ניט גענוג באַטראַכט איז די אָריגינעלע מוזיק פֿון ליסאַ גוטקין (די פֿידלערין פֿונעם „קלעזמאַטיקס‟) און אַהרן האַלוואַ. גוטקין און האַלוואַ, וואָס האָבן אויך אין געוויסע סצענעס מיטגעטאַנצט מיט די אַנדערע אַקטיאָרן, שפּילדניק זייערע אינסטרומענטן, וועלן דעם 24סטן אָקטאָבער אַרומרעדן זייער קאָמפּאָזיציע און שפּילן אויסצוגן דערפֿון אויף אַ ספּעציעלן סעמינאַר בײַם Hebrew Union College אין מאַנהעטן.

אין דער פּראָגראַם, געווידמעט דער מוזיק פֿון „אויסגעלאַסן‟, וועלן די מוזיקער דערקלערן ווי אַזוי זיי האָבן אַרײַנגעוועבט ייִדישע פֿאָלקסלידער, ניגונים, קלעזמער־מוזיק (אַרײַנגערעכנט לידער פֿונעם „קלעזמאַטיקס‟־רעפּערטואַר) און פֿאַרשטייט זיך, אַ סך מוזיק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, כּדי צו שאַפֿן זייער פּאַרטיטור. די קאָמפּאָזיטאָרן וועלן אויך געבן פּערזענלעכע אײַנדרוקן פֿון זייער אָנטיילנעמען זיך אין דער פֿאָרשטעלונג און געבן צו פֿאַרשטיין זייער פּראָצעס בײַם שאַפֿן די מוזיק.

בײַ דער געלעגנהייט וועט ד׳׳ר דוד סאַווראַן, אַ וועלט־עקספּערט פֿון מוזיקאַלישן טעאַטער וואָס לערנט אין דער גראַדויִר־שול פֿונעם „ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט‟, געבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער מוזיק און זײַנע מיינונגען וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי „אויסגעלאַסן‟ קען באַווירקן דעם אַמעריקאַנער טעאַטער. די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „פֿאָרום פֿאַר ייִדישער מוזיק‟, וואָס איז אַ פּראָגראַם פֿון דער „אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק.‟

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 24סטן אָקטאָבער, 7 אַ זייגער אין אָוונט בײַם Hebrew Union College בײַם ברוקדייל־צענטער. דער אײַנטריט איז בחינם אָבער מע בעט, אַז מע זאָל זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן שרײַבן info@jewishmusicforum.org